געווען גרייט צו קומען אבער נאר פאר א גאנצע טאג .
איך האב גערופן אן אנדערע פרוי וואס האט געזוכט א גויטע , און יענע האט זיך זייער געפרייט . שטילערהייט האב איך געבעטן דעם אויבערשטער אז זי זאל זאגן אז זי דארף נישט פון אכטע ביז עלעווע , און וואס מיינט איר ? אט הער איך ווי די פרוי פרעגט :
" דער אמת איז אז איך וויל גיין צו עקסערסייז און איך דארף נישט די גויטע פאר עלעווע . וואלסט געהאט ארבעט פאר איר ביז עלעווע ?"
א שאלה ? איך האב צוריקגערופן די ערשטע פרוי און איר געלאזט וויסן אז זי האט גוט געבעטן דעם אויבערשטער …
עס איז וואונדערליך ! יעדעס מאל איבערצייג איך מיך וויאזוי זאכן פאלן אריין אין פלאץ . …
א פרוי רופט מיר אן איין טאג זאגן אז זי האט פארלוירן די נומער פון א גויטע וועלכע זי האט גענוצט , און אויב איך קען איר עס העלפן טרעפן .
האב איך איר געענטפערט , " וואו אין א בארג שטרוי זאל איך טרעפן א נאדל ? אבער אויב עס איז באשערט וועל איך עס טרעפן !"
' הייליגער באשעפער העלף מיך העלפן די אידישע פרוי ', האב איך געשעפשעט .
מיין טעלעפאן איז פארפלייצט מיט רופן און מעסעדזשעס און עס איז אוממעגליך נאכצוזוכן איין נומער ! דער אמת איז , אז איך קען הונדערט נומערס פון גויטעס אויף אויסעווייניג , אבער
יענע פרוי האט מיר גערופן אין א צייט וואס איך האב חתונה געמאכט און דערפאר האב איך נישט געדענקט .
מיטאמאל , האט מיר א גויטע אריינגעשיקט א מעסעדזש , און איך בין געווען ערשטוינט .
" מרת . … האב איך געזאגט , די גויטע וואס דו ווילסט האט מיך יעצט עפעס אריינגעטעקסט … דא האסטו איר נומער !"
…
איינער האט מיך געקאלט א טאג פאר בדיקת חמץ אויב איך האב איר א גויטע פאר מארגן , האב איך איר געזאגט . " מענטשן נעמען שוין גויטעס פון חנוכה אז זיי זאלן האבן יעצט א גויטע . אבער טאמער דו האסט גוט געבעטן וועסטו האבן א גויטע ."
ווי נאר איך האב געענדיגט מיט מיינע ווערטער האט זיך מיין סעלפאן צעקלונגען ( איך האב געהאלטן אינמיטן רעדן מיט די פרוי אויף מיין היים קארדלעס (. א גויטע האט גערופן פרעגן אויב איך האב אפשר ארבעט פאר איר מארגן … און אזוי האט יענע געהאט א גוטע גויטע א טאג פאר פסח …
…
א קימפעטארין האט מיר אמאל אנגערופן אז זי דארף עמערדזשענסי א גויטע , זי קומט אהיים פון שפיטאל און די הויז איז איבערגעדרייט און זי דארף א גויטע פאר צוויי שעה .
איך האב איר באמת געוואלט העלפן , און געבעטן דער באשעפער , " אויב עס איז דיר גוט וואס איך טו , די דאזיגע חסד , דאן העלף מיר ."
פאר וואס ווען ווי , רופט מיך אריין א צווייטע פרוי זאגן אז איר גויטע האט פונקט צוויי ליידיגע שעה און זי וויל איר עס אנפילן . עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי פרויען וואוינען אויף די זעלבע בלאק , און ביידע האבן גוט ארויסגעקעשט פון די געוואלדיגע השגחה פרטיות . …
א פרוי פון בארא פארק האט מיר אנגערופן פרעגן אויב איך האב א גויטע פאר איר . איך האב זיך דערמאנט אז איך קען עפעס א גויטע וואס ארבעט אין בארא פארק . מיין שוועסטער האט מיך אמאל געהאט געשיקט די נומער ווייל זי האט איר גענוצט צו נייען . איך האב אויפגעזוכט די נומער און איר גערופן פרעגן אויב זי קען גיין . פופצן מינוט שפעטער האט יענער געהאט א גויטע .
דאס איז באמת געווען אן אויסערארדנטליכע פאסירונג וויבאלד איך טו נישט בארא פארק , און אויך מיין שוועסטער האט מיך " פונקט " געזאגט פון איר , און איך האב זיך פונקט " דערמאנט !"
126
March 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE REACH US AT 718.599.3444