3 19 25 | Page 102

שיעורים על שלום בית : 718.970.7775
הרב יקותיאל אלימלך
פריעדמאן שליט " א
שיעורים על ש " ס : 718.400.7887
אפיס : 718.812.7019
*
קאמיוניקעשאן א דיאלאג צווישן צוויי מענטשן , אדער א שמועס צווישן צוויי מיינונגען .
מען דארף פארשטיין די נאטור פון מענטשן צו פארשטיין וואס יא און וואס נישט צו טון .
א פרוי וויל וויסן אז זי האט צו וועמען אויסצוגיסן דאס הארץ און דער וואס הערט איר אויס האט מיטגעפיל און פרובירט זיך אריינצולייגן אין איר שיך און ווערט אן אייניגע שותף אין די עגמת נפש .
אין אזא צייט , איז די ארבעט פון דער מאן בלויז צו אויסהערן , האבן מיטגעפיל , און ווילן פינקטליך פארשטיין די דעטאלן . עס איז נישט די צייט צו ווייזן אז ער קען זיך ספראווענען מיט די פראבלעם . אסאך מאל , קען דורך זיין " עצה געבן " ארויסקומען אזא סארט מעסעדזש ווי " דיינע פראבלעמען זענען ביי מיר בכלל נישט קיין פראבלעמען . ווען דו וואלטס געהאט מיין קלוגשאפט וואלט די פראבלעם נישט געווען ."
דערהערן א צווייטן און מיטפילן מיט יענעם איז א פאך וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן פאר א סיבה . עס איז וויכטיג צו אנערקענען ווען יענער זוכט בלויז אן אוזן קשבת , און דאס איז געזאגט געווארן אויף פיל מצבים אין אונזער לעבן . בעסער
געזאגט , רוב מאל ווען עמיצער רעדט זיך אויס צו אונז , זוכט ער נישט אונזערע עצות . ער זוכט אונזער מיטגעפיל .
אין פאל מען שפירט אז מען האט עפעס א מורא ' דיגע עצה , קען מען זיך באנוצן מיט די אפענע קאמיוניקעשאן כללים וואס מען האט שוין דא אויסגעשמועסט און פרעגן , " איך קען דיר מיטטיילן אן עצה ?"
מיר וועלן צוענדיגן מיט א ווערטל , געבויט אויף די ווערטער פון פרשת שמיני . מיר געפינען אז משה רבנו איז כסדר געווען דער וואס האט גערעדט צו כלל ישראל . ער איז געווען דער בעל דרשן , און כמעט קיינמאל נישט געדארפט זיין דער וואס " הערט אויס " אנדערע .
דערפאר , ווען אהרן האט געזאגט אפאר ווערטער שטייט , " וישמע משה ויטב בעיניו " קען מען טייטשן , אז דאסמאל איז משה געווען דער וואס האט געהערט , און עס איז אים געפאלן , ער האט באמערקט אז עס איז גאנץ גוט אמאל צו הערן און נישט אלעמאל זיין דער וואס רעדט …
פראגע : קען איך אריינרופן און רעדן צו הרב פריעדמאן אן געבן מיין נאמען ? ענטפער : יא , געווענליך דארף מען נישט דעם נאמען . פראגע : איבער וואס קען איך רעדן מיט הרב פריעדמאן ? ענטפער : סיי וועלכע שאלות בין איש לאשתו , ווי אויך סענסעטיווע ענינים . פראגע : וויפיל איז די פרייז ? ענטפער : 15 מינוט פריי פון אפצאל .
* נ . ב . איר קענט רואיג לאזן א קאנפידענשא " ל מעסעדז " ש , נאר הרב פריעדמאן הערט דאס אויס .
102
March 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE REACH US AT 718.599.3444