*
האט געטרייסלט פון די גרויסע פאנאנציעלע קראך , וואס האט איבערגעלאזט פיל עשירים אלס בלוטיגע ארימעלייט איז אים נאך גוט געלעגן אין די ביינער .
" ווען דו ביסט אנגעקומען אין ישיבה האט דיין טאטע געצאלט די ערשטע חודש שכר לימוד , און ער האט אריינגעווארפן א ווארט צוויי וועגן זיין שווערע פאנאנציעלע מצב ," האט הרב זיאד געהערט זיין ראש ישיבה ' ס קול פון צווישן זיין פלייץ פון זכרונות .
" אבער עס איז אויך געווען די לעצטע מאל וואס ער האט געצאלט ," האט ער געענדיגט אויף א נידריגע טאן .
הרב זיאד איז געבליבן געפלעפט , און ער האט געפילט א שטארקע בושה , אזוי ווי איינער וואס געפינט אויס אז ער האט געגעסן יענעמ ' ס ברויט .
" פון די אנדערע זייט ביסטו געזעצן אויסגעטון פון די גאנצע וועלט און געשטיגן אין תורה . איך
האב אמת ' דיג נישט געוואוסט וואס צו טון , ווייל צו האלטן א בחור , אן דעם וואס איינער זאל דעקן די הויכע קאסטן איז אויך נישט געווען מעגליך . נאכן פארשטיין אז פון דיין טאטע וועל איך נישט אזוי שנעל זען די געלט בין איך אריין איין נאכט אין א בית המדרש אין די געגנט און צוגעגאנגען צו אפאר מתפללים פרעגן ווער עס קען זיך אונטערנעמען די שכר לימוד פון א יונג בחור ' ל וואס וואקסט און שטייגט אין תורה , אבער זיין טאטע קען נישט באצאלן די שכר לימוד . און דו ווייסט ווער דער נדבן איז געווען ..." בלייבט דער ראש ישיבה שטיל פאר א מינוט איידער ער ווארפט די לעצטע באמבע , " דער היינטיגע מת מצוה , וועם דו האסט געראטעוועט פון בזיון , און זיך אפגעגעבן אזוי געטריי מיט זיין קבורה ! און אויב דו ווילסט זען זיינע צאלונגען מיט די אייגענע אויגן , קום אריבער צו מיר אין אפיס , איך קען דיר ווייזן די חודש ' ליכע רעסיטס פון איבער
פיר יאר , אלע אינטערגעשריבן דורך חיים רוטסבורג !"
הרב זיאד איז געווען געפלעפט . אויב ער האט פריער פארשטאנען אז ער איז א פשוט ' ער שטיקל אויף דער באשעפער ' ס שאך ברעטל , האט ער יעצט באגריפן ווי דעטאליזירט און פערזענליך השי " ת פירט זיך מיט יעדע חלק פון זיין ברי '.
צענדליגער מאל דורכאויס ' ן טאג האבן מיר די ברירה איינצוזייען אייביגע פלאנצונגען . צומאל געדויערט טאקע יארן אז די פלאג זאל זיך דערקענען , און אמאל דארף מען ווארטן ביז לעתיד לבא צו זען וואו אונזער איבערמידליכע ארבעט איז אפירגעקומען , אבער אלעמאל איז עס בלויז א פראגע פון צייט ביז אונזער יגיע וועט זיך אנטפלעקן מיט די פולסטן פראכט אויף א פארנעם וואס מיר וואלטן זיך קיינמאל נישט געראכטן .