2 5 25 | Page 126

אריינפיר :

שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגען

מיין יוגנט טרוים איז געווען צו זיין א פאסטוך פאר אן אייגענע סטאדע פון אסאך , אסאך קיען און אליין אנפירן מיט די גאנצע פראצעדור פון פלעגן די יונגע קאלבן און זיך אפגעבן מיט די ווארעמע מילך גראד פון קוה . ווען איר וואלט דערציילט פאר יענער אינגל , דוד ' ל , וואס דאס לעבן וועט אים אלס ברענגען - ווען איר וואלט אים געוויזן א בילד פון זיך אליין קוים צוויי יאר שפעטער - וואלט ער זיכער געווען אז איר זענט א גרויסער בעל דמיון . אבער דער גרויסער האר איז פיל קלוגער און מער שעפעריש ווי דער גרעסטער בעל דמיון , און אזוי האב איך זיך געטראפן געקליידט אלס פרינץ , אריינגעמישט אין געפעכטן צווישן קעניגן און גרויסמאכטן , בשעת איך , דער יונגער דוד , שטיי אין צענטער פון די גאנצע אנגעצויגנקייט און ווער געשלעפט אין יעדן ריכטונג . אבער די מתנה וואס איך האב באקומען צום סוף האט פארגיטיגט אויף אלעם און דערפאר האט זיך אלעס געלוינט .
‏-דוד דער מילכיגער ' ס
דער גוטער גאט האט מיר אזויפיל טובות געטון . פון ווען איך בין קליין בין איך ארומגענומען מיט אזויפיל חסדים ... די בעסטע זענען געווען די טעג ווען איך האב געהאט די זכי ' צו זיצן מיט ר ' זכרי ' ן פון באגינען ביז ביינאכט און טויכן טיף אריין אינעם זיסן ים התלמוד . אבער אויך אין יענע טעג , ווען דאס לעבן האט זיך פלוצלינג פארענדערט , האבן מיר די חסדים פונעם אייביגן גאט באגלייט . ווען נישט , וואלט איך דען דא געווען צו שרייבן די יעצטיגע שורות ? דער איינציגער גאט פירט זיין וועלטל מיט א טיפן פארשטאנד און מיט פלענער וואס זענען גאר וואונדערליך און ברייטפארצווייגט . אויך אויב מיר האט אויסגעזען ווי עס וואלט בעסער געווען ווען איך בלייב ביים לערנען די גאנצע צייט , האט זיך ארויסגעשטעלט
אז רצונו יתברך פארשטייט נאך אזוי גוט ווי מיר ... אה , דער קידוש השם וואס די שווערע טעג האבן געבראכט ; אוודאי איז עס ווערד געווען !
- אלחנן דער כוזרי ' שער קרוין פרינץ
איר פלאנט צו ליינען אונזערע לעבנס-געשיכטעס אלס א געשמאקע אונטערהאלטונג ? א הארציגן אפעטיט ... דער יונגער דוד ' ל האט שוין געפאנגען מיין הארץ פון די ערשטע מינוט , ווען איך האב אים געהערט שפילן מיט זיין פאסטוכער פייפערל . ער איז א נאבל קינד , דער דוד . אפילו דער טאטע אנערקענט עס נישט . און שטילערהייט וועל איך אייך אויסזאגן , ' אפילו ער איז א איד '. נישט דא וואס צו טון … זיין אמת ' דיגקייט , זיין אונטערטעניגקייט , עס לוינט זיך נישט אויפצוגעבן דערויף צוליב רעליגיעזע דיפערענצן ; עס איז אסאך פשוט ' ער גענצליך אוועקצומאכן דער פאקט אז ער איז א איד און גיין ווייטער . דער אנדערער אידישער בחור איז געווען פיל שווערער צו מאכן ענדלען צו אונז ; מערדערליכע קלעפ האבן מיר אים אריינגעגעבן און ער איז געבליבן שטיין מיט אן איבערמענטשליכע שטאלץ ! מיין רייע איז געווען צום לעצט , נאך וואס מיין טאטע האט זיך שוין אויף אלעם געשטארקט . און ווען עס איז געקומען צו מיר בין איך געווען שטארקער ווי זיי אלע . ווען איר וועט ענדיגן די גאנצע מעשה וועט איר אנהייבן נאכאמאל פון פריש און הערשט דאן וועט איר זיך דערוויסן א שיכט טיפער , ווי שטארק איך בין און ווי שטארק איר זענט . האלט זיך ביי אייער אידישקייט , ווייל פון מיין קוק ווינקל ווייס איך דעם אמת : דער קלענסטער ביי אייך באזיגט די גרעסטע כחות ביי אונז .
- ריטשארד דער רוסישער פרינץ

פאלגט נאך קומענדיגע וואך אי " ה

דורך די באקאנטע שרייבערין ח . הערשקאוויטש