די אויסשטעל ביים דינער אין ניו דשערסי
ארויסצוברענגען די קאלירן פון א מעלאנע און עס פארוואנדלען אין אן ארט : צעשניידט עס אין פיר לענגליכע סלייסעס ( עס זאל אויסזען אזויווי די " פערטל מעלאנע " וואס די גראסעריס פארקויפן (. דערנאך שניידט אריין אין די שאלאכץ אויף די לענגערע זייט פון די פרוכט שניידנדיג אביסל שיף אריין . די שניט זאל זיין בערך א האלבע אינטש טיף ( ביז מען שפירט אז מען
האט דערגרייכט די אינערליכע טייל פונעם פרוכט (. דערנאך טוט
די זעלבע זאך , נאר אביסל אפגערוקט אויף די שאלאכץ און שניידנדיג שיף , צו די ריכטונג פון די פריערדיגע שניט .
דאן נעמט ארויס די חלק פון די שאלאכץ
וואס איז ארויסגעשניטן געווארן .
צו עררייכן דעם ארטיסטישע אויסקוק , דארף מען מאכן א סך הכל פון אכט שניטן , און פיר מאל
ארויסנעמען די שאלאכץ .
איינמאל מען האט געענדיגט ארויסשניידן די שאלאכץ קען מען צעשניידן די מעלאנע אין רעפטלעך , און אצינד איז אייער מעלאנע ארט גרייט צום אויסשטעל ! ( קוקט זיך איין אין די אויסשטעל ביים דינער אין ניו דשערסי צו זען וויאזוי עס דארף אויסצוזען ווען עס איז פארטיג .(
קיווי איז א פרוכט וואס איז גאר שווער צו האנדלען דערמיט . אויב וויל מען עס נוצן פאר דעקאראציע וויאזוי קען מען זיך אן עצה געבן דערמיט ?
די בעסטע איז צו נעמען א הארטע קיווי , אפשיילן די גאנצע שאלאכץ און דערנאך קען מען אוועקשניידן די עקן .
א גרויסן יישר כח , משה ! מיר זענען זיכער אז אייערע בייפעלער און פראקטישע אנווייזונגען וועלן גוט צוניץ קומען פאר די חשוב ' ע ליינער !
וואו קען מען זיך פארבינדן צו אייך פאר באשטעלונגען ?
מען קען מיר רופן אויף . 845.502.0157