אן איידעם ביים רב
אפגעגעבן די שבת לייכטער
אויך !“
ס ’ האבן נישט געהאלפן די געבעטן פון טאטן און די געוויינען פון די מאמען . לייבל האט זיך ארויסגעלאזט אין מארק און זיך גענומען האנדלען מיט תבואה , און אזוי האט ער פון צייט צו צייט אריינגעברענגט אביסל געלט אין שטוב .
יעדן טאג , אין אוונט , נאכן ענדיגן א טאג פון ארבעט , פלעגט לייבל גיין אין בית המדרש און לערנען מיט א געדונגענעם מלמד א שטיקל גמרא .
פון נאטור אויס , איז לייבל געווען אן ערליכער און א גלייכער . ער האט שנעל געוואונען דעם צוטרוי פון די אזארקאווער סוחרים , און האט זיך אין א קורצע צייט ארויפגעארבעט צו זיין אן אנגעזעענעם סוחר אין שטאט .
אן איידעם ביים רב
נישט ווייט פון אזארקאוו איז פארהאן א שטעטעלע מיטן נאמען פארניטשעוו . דארט איז געווען א רב , ר ’ לייזערל האט ער געהייסן , א גרויסער למדן , א תלמיד פון ר ’ עקיבא אייגער . דאס שטעטל איז געווען קליין און ארים און דעריבער האט דער רב געלעבט אויף א מאגערע געהאלט . ער האט דעריבער נישט געהאט קיינע אויסזיכטן זיך אנצוזאמלען א שיינער נדן און געבן קעסט פאר דעם איידעם , וואס ער וועט דארפן נעמען פאר זיין טאכטער . דעריבער , האט ער אויפגעגעבן אויף א חתן א תלמיד חכם , און אז מען האט אים פארגעשלאגן דעם בחור לייבל פון אזארקאוו , א סוחר און א ערליכער פרומער אידיש בחור , האט ער גלייך איינגעשטימט צום שידוך .
מען קען דאך אבער פארט נישט חתונה מאכן א טאכטער אינגאנצן אן קיין נדן , האט דער רב פארשפראכן דעם חתן לייבל א נדן פון 200 רובל .
אינעם טאג פון דער חופה האט דער פארניטשעווער רב , דער מחותן , אהין געגעבן דעם פולן נדן פארן חתן , און עס איז מיט מזל און פרייד געפראוועט געווארן די חתונה .
דעם ערשטן פרייטאג צו נאכטס האט ר ’ לייב מיט דאס יונגע ווייבל געגעסן די סעודה אין הויז פונעם שווער . צו זיין גרויס וואונדער , האט דער פרישער איידעם געזען , אז זיין שוויגער , די רביצין , צינדט די שבת ליכט אין ערדענע לייכטער . ער האט דאס נישט געקענט פארשטיין . ווי קומט דאס אז א רביצין זאל צינדן אין
אזעלכע ביליגע לייכטער ? אפילו דער גרעסטער ארימאן האט דאך אויך , אויב נישט זילבערנע , דאן כאטש בלעכענע לייכטער !
אהיים קומענדיג נאכן סעודה האט לייבל געפרעגט זיין ווייב וואס איז פשט אז איר מוטער נוצט אזעלכע ביליגע לייכטער צו צינדן דערין .
דאס יונגע ווייבל האט זיך שטארק פאררויטלט און דערציילט דעם סוד . אויך די 200 רובל , וואס ער האט באקומען פאר נדן , האבן אירע עלטערן נישט פארמאגט . כדי דאס צו פארשאפן , האבן זיי געמוזט פארקויפן די ירושה לייכטער און נאך עטליכע קישנס פון די בעטן .
הערנדיג דאס האט זיך ר ’ לייבל פארטראכט , ער האט זיך צוקרעכץ און איז שטיל געבליבן .
אפגעגעבן די שבת לייכטער
באלד מוצאי שבת , ווי נאר עס האבן זיך באוויזן דריי שטערן אויפן הימל , איז ר ’ לייבל אריבערגעלאפן צו מענדל פראצענטניק , דער ביי וועמען זיין שווער האט איינגעטוישט די לייכטער און קישענעס , ער האט אים אפגעגעבן די 200 רובל און צוריקגענומען די לייכטער און בעטגעוואנט . ער האט דאס איינגעפאקט און באלד אריבער געטראגן צו זיין שווער אין שטוב .
פון גרויס פרייד אז די ירושה לייכטער האבן זיך צוריקגעקערט אין הויז , האט דער רב ר ’ לייזערל , געכאפט די גאנצע משפחה ביי די הענט און האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ , א ריקוד של שמחה , אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט פאר פרייד .
גלייך צומארגן , האט ר ’ לייב ’ ס מזל גענומען שיינען אויף אן אויסטערלישער פארנעם . צוויי פריצים זענען אנגעקומען אים אינדערהיים און אים אנגעבאטן צו פארקויפן גאנצע פעלדער פון תבואה .
“ לייבל ,” האבן זיי געזאגט , נאכוואס ער האט זיי געענטפערט אז ער האט נישט אזויפיל יעצט צו צאלן , ” נעם דערווייל די סחורה , וועסט אונז שוין שפעטער באצאלן .“
“ אזוי בין איך געווארן א גרויסער וואלד סוחר ,” האט ר ’ לייבל קאזמעריק אויסגעפירט , ” ביז איך בין צוגעקומען צו דעם יעצטיגן רייכטום און צו אזא אוצר , ווי דעם קראקעווער רב פאר א מחותן און זיין זון דער עילוי ר ’ יואל פאר א חתן !“
אלץ אין זכות פון יענע שבת לייכטערס .
152
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025