2 19 25 | Page 124

ליב ?
ווען מען זאגט זיי אז מען האט זיי ליב צו האבן נעבן זיך , ווען מען ווייסט אז זיי אין אמת ' ן האבן זיי נישט ליב .
מען קען עס אנזען , וויבאלד אויב א טיטשער , אדער שוועסטער שיסט א גאנצע צייט נעגאטיווע קאמענטס , גלייכן זיי נישט דיין אנוועזנהייט .
אויב עס קומט א פרעמדע ווייבל צו דיר אין גראסערי און זאגט דיר , " wow , עס מוז זיין אז דו ביסט אן אחריות ' דיגע מיידל אז דיין מאמע לאזט דיך אליין מאכן די גראסערי
ארדער , וואס וואלסטו געטראכט ?
איך וואלט געטראכט אז זי וויל מיר מקרב זיין .
פארוואס זאל א פרעמדע מענטש דיך זוכן צו מקרב זיין ?
גערעכט … אפשר וויל זי מיך טאקע נישט מקרב זיין … אבער אויב זי גייט ארום זאגן פאר אלע קינדער אז זיי זענען אחריות ' דיג וואלט איך עס נישט אנגענומען , אבער אויב זי קומט נאר צו מיך , דעמאלטס וואלט איך זיך געפרייט .
וועלכע זאצן מאכן דיך אין א גוטע גוסטע ?
אמת ' ע קאמפלימענטן .
וואס טראכסטו , פארוואס זענען דא מענטשן וואס געבן נישט קיין גוטע ווערטער ?
זיי האבן נישט קיין גוטע מידות …
מיידלעך ווייזן ארויס אז זיי פרייען זיך ווען זיי באקומען א קאמפלימענט ?
יא , זיי זאגן שכח , און מען זעט אויף זיי אז זיי האבן עס ליב .
וואס איז מיט איינער וואס ווייזט נישט ארויס אז זי פרייט זיך ?
זי האלט זיך נאך אינמיטן פרייען מיט די קאמפלימענט
וועלכע מעסעדזש קענסטו געבן פאר די ליינער ?
צו געבן קאמפלימענטן פאר קינדער און אייניקלעך , ווייל עס גייט זיין גוט ווען זיי פרייען זיך . און אויך , אז קאמפלימענטן שאדט קיינמאל נישט !
יישר כח ס . פ . פאר דיינע גוטע ענטפערס !
א קינד ' ס קוק ווינקל
אכטונג קינדער : שאפער ' ס רוט טוט אנאנסירן " א קינד ' ס קוק ווינקל " פראיעקט פאר די
קומענדיגע צוויי וואכן ! - אנווייזונגען אנטייל צו נעמען אין דעם אינטערעסאנטן פראיעקט :
טראכט פון א קאמפלימענט וואס דו האסט אמאל באקומען און עס האט געמאכט אויף דיר א שטארקע ווירקונג . רוף אריין x3 718.599.3444 און טייל מיט דיין איבערלעבעניש . געדענק צו זאגן קלאר דיין נאמען , די חדר / סקול וואו דו לערנסט און דיין כיתה / קלאס . געדענק אונטערצושטרייכן אז דו האסט רשות פון דיינע עלטערן . אויב דיין געשיכטע זעט אויס פאסיג , וועט זיך איינע פון די שאפער ' ס רוט שרייבער פארבינדן מיט דיר צו הערן מער , און פובליצירן דיינע ווערטער !
מיר קוקן ארויס צו הערן פון ענק !
124
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025