12 4 24 | Page 190

נומער

256

בס " ד

מִ‏ תּ‏ וֹרָ‏ תְ‏ ךָ‏

אויטענטישע געשיכטעס און טרעפליכע געדאַ‏ נקען
אַ‏ רום דעם נסיון הדור - דער פאַ‏ רמעסט אַ‏ נטקענגען דעם טעכנעלאָ‏ גיע-מאָ‏ נסטער
פונעם הייליגע תורה זיך נישט רירן . פון טעכנאלאגיע זיך נישט לאזן פארפירן

און דו ברענגסט נישט אריין דעם קאמפיוטער אין הויז , זאלסטו באקומען אזא

פאטש ...

ג

עזען די ניסים מיט די אויגן חלק א '
אין א טאג איז אונז טונקל געווארן פאר די אויגן , ווען מיר האבן ערהאלטן דעם דאקטערס דיאגנאז אז יא , דאס איז פון וואס מיר האבן מורא געהאט און אזוי געהאפט אז ס ' איז נישט . און אזוי געדאוונט , אבער ס ' איז ליידער יא . מיר האבן זיך
דערוואוסט אז אונזער טאכטער האט , לא עלינו , יענע מעשה אין די אויגן .
איך זאג אונזער טאכטער , אין די צייט וואס ס ' האט זיך גערעדט פון א בעיבי פון אינגאנצן צוויי יאר אלט .
" מיין אומשולדיג קינד ," האב איך געהאלטן מיין בעיבי און געוויינט מיט איר צוזאמען . אוי טאטע זיסער , זיכער ווילסטו אונז זאגן עפעס דערמיט , אבער זאג אונז וואס , זאג אונז וואס מיר דארפן פארעכטן ?
מיר האבן זיך גענומען מאכן א חשבון הנפש , אויב עס איז אין די אויגן , דארפן מיר זיך שטארקן אין שמירת עינים . אוודאי אזוי . ב " ה סיי איך סיי מיין מאן האבן כשר ' ע סעל .
אזוי אויך האבן מיר מיט א צייט צוריק געמופט צו א נייע דירה . און איך בין געווען זייער פרייליך און פול מיט הכרת הטוב צום באשעפער וואס האט אונז צוגעפירט צו די נייע הויז אזוי ווי כ ' האב גע ' חלומ ' ט . און כ ' האב געטראכט : אין וואס קען מען זיך שטארקן , און כ ' האב געוואוסט וואס .
מיין מאן ' ס לעפטאפ קאמפיוטער וואס ער האט געניצט פאר זיין כולל אופיס , האבן מיך אויך געפלעגט ניצן דא אין הויז כאטש עס איז אודאי געווען געפילטערט , אבער ווי זאגט מען ? שוין נישט געווען נאר ' לצורך פרנסה ', יא , דאס איז די זאך וואס מיר גייען
זיך שטארקן דערמיט לכבוד די נייע דירה , מיר גייען עס מער נישט אריינעמען אין הויז . ס ' איז מיר נישט געווען א גרינגע זאך , אבער אין די נייע הויז וועט דער לעפטאפ נישט אריינקומען . כ ' האב געפילט אז דאס איז א ריכטיגער באשלוס און דאס וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז . פון דעמאלט איז דער לעפטאפ געווען אין מיין מאנ ' ס כולל אופיס , אין זיין קאר , אבער אין הויז איז עס נישט אריין .
און פלוצלינג , אפאר חדשים דערנאך , אזא קלאפ . א קליין קינד וואס האט נאך גארנישט געזינדיגט , זאל באקומען אזא מחלה אין די אויגן ?
איך בין געווען זייער צעבראכן , אסאך טרערן פארגאסן , כאטש כ ' האב געוואוסט אז דער אויבערשטער איז אונז גארנישט שולדיג , אבער דאך האב איך געהאט אזא אינערליכע שטימע וואס האט מיר געזאגט : ס ' איז עכט נישט פעיר , אז פונקט נאך וואס דו האסט זיך אזוי געשטארקט מיט די אויגן , און דו ברענגסט נישט אריין דעם קאמפיוטער אין הויז , זאלסטו באקומען אזא פאטש ...
ווען כ ' האב עס געזאגט מיין מאן , האט ער מיר ערקלערט אז אט די אינערליכע שטימע איז א שטימע פון יצר הרע וואס וויל מיר מאכן שוואך . אין די צייט וואס די מעשה איז פארקערט !
פארוואס די גזירה איז געקומען אויף אונז ווייסן מיר נישט , ווייל מיר פארשטייען נישט קיין הימלישע חשבונות , אבער וואס ס ' איז זיכער , אז דער אויבערשטער איז א דערבארעמדיגער פאטער און אלעס וואס ער שיקט אונז איז בלויז פון דערבארעמדיגקייט און פאר אונזער טובה . און דער פאקט וואס מיר האבן געהאט א חיזוק אין שמירת עינים , דאס האט דער אויבערשטער אונז מקדים געווען רפואה למכה . ער האט אונז געגעבן א נסיון פון שמירת עינים און וויבאלד מיר זענען ב " ה געשטאנען אין דעם און מיר האבן ארויסגענומען דעם קאמפיוטער פון אונזער הויז , וועלן מיר בעזרת ה ' זוכה זיין צו זען די ניסים מיט אונזערע אויגן .
ענדע אין די קומענדיגע אויסגאבע בעז " ה
190
A project of :
לעילוי נשמת שרה בת גיטל פראדא ע ” ה SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024
To hear more stories , experiences and thoughts , tune in to :
845.400.1111 ( men ) | 845.400.1114 ( women )
For comments or donations , please call the office : 845.351.9511