12 4 24 | Page 137

מזל טוב ! א נייע ליכטיגע נשמה ' לע איז געקומען אויף דער וועלט . די שמחה פון די מאמע פולט איבער אלע גרעניצן און די גאנצע הויז ווערט אנגעפילט מיט ליכטיגקייט און זיסקייט . די קליינע עטליכע פונטיגע פעקעלע קוקט אויס אזוי אומשולדיג און אזוי גרינג זיך אפצוגעבן מיט . וואס פאדערט עס שוין ?
אבער מער מאל ווי נישט , ווי וואונדערליך עס זעט נאר אויס , קען די זיסע בעיבי אנזייען אן איבערקערעניש אויף די גאנצע שטוב און זיכער אין די מאמע ' ס הארץ .
דאס קינד הערט נישט אויף צו וויינען , עסט נישט געהעריג און האט פשוט נישט ליב צו שלאפן .
איז דאס טאקע וואס יעדע קינד ברענגט מיט זיך-‏ שלאפלאזע נעכט , וויינענדיגע מוזיק אין די אויער און עס דארפן האלטן און שאלקען ארום די זייגער .
קומט מיט אונז כאפן א שמועס מיט די חשוב ' ע מרת רחי בערגער וואס ארבעט אלץ sleep

. consultant איר גאנצע הארץ און נשמה לייגט זי אריין צו אריינגעבן די ריכטיגע כלים פאר אידישע מאמעס צו ערציען דווקא פרייליכע און רואיגע קינדער . ווייל א צופרידענע קינד איז א רואיגע מאמע און א פרייליכע שטוב ! t

December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 137