12 11 24 | Page 117

ליינער רעאגירן ...

פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
אויב האט איר עפעס צוצולייגן , באמערקן , אדער אנפרעגן איבער איינע פון די פארגאנגענע ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין די , Shopper ' s Route דאן שיקט צו : Email : nt @ theshoppersroute . com Text : 917.300.9058
* געדענקט צו שרייבן פון וועלכע וואך עס איז , און די נאמען פון די ארטיקל פון וואס איר רעדט .
ארטיקל : מעשה שהיה די מערסטע וואס איך האב ליב איז אז די מעשיות זענען עכט . אזוי שפיר איך נישט אז איך ליין בלויז באבע מעשיות . איך ווייס אז אסאך מאל אונטער די
" מעשה שהיה " פראקלאמאציע , ליגט אסאך צוגעלייגטע זאלץ און פעפער און דמיונות , אבער דא איז קלאר אז די מעשיות זענען הונדערט פראצענט אויטענטיש . יישר כח פאר די הנאה
) - (
ה . רובין האט א טאלאנט צו פשוט נעמען די ליינער אויף א שפאציר אין אירע מעשיות . יעדע מאל איך קום צו די אויספיר פון איר געשיכטע דארף איך נאכאמאל לאנדן אינעם הוה !
יישר כח צ . וו
ארטיקל : די וועלט פון א דיסלעקסיע ליידנדע תולדות די אינטערוויו מיט מרת פערל אבראמאוויטש ( קליין ) איז געווען אויסערגעווענליך ! כ ' האב מיך באמת דערקוויקט מיט יעדעס ווארט . איך האב א באזונדערע הנאה
( און איך בין זיכער אז אנדערע אויך ) ווען מען נעמט פאפולערע געשטאלטן און מען כאפט א שמועס מיט זיי . דווקא צוליב זייער פאפולערקייט נעמט מען עפעס
אן זייערע ווערטער גאר ערנסט און מ ' לערנט זיך ארויס גאר אסאך ! אויך די טעמע פון דיסלעקסיע וואס ווערט דארט אויסגעשמועסט איז טאקע וויכטיג עס זאל ווערן דערמאנט . איר טוט א מורא ' דיגע ארבעט !
י . ב
ארטיקל : אינטערוויו מיט מרת פ . אבראמאוויטש / קליין תולדות יישר כח מ . רייך פאר דיין אינהאלטספולע , רייכע שמועס מיט מרת . אבראמאוויטש ! דו טוסט גאר א גוטע ארבעט , און איך וויל בעטן אז דו זאלסט ווייטער ברענגען אזעלכע אינטערעסאנטע שמועסן צום טיש .
) - (
ארטיקל : צענדליגער וואונדער איך האב גענומען די צייט פשוט אויסצודרוקן מיין שטוינוג צו די גאנצע Shopper ' s Route שטאב ! איך מוז ענק ענק זאגן אז די גאנצע פובליקאציע איז איין שטיק קוואליטעט . סיי וועלכע ארטיקל איך נעם נאר צו ליינען , ווייס איך אז עס וועט זיך האבן געלוינט ! באזונדער וויל איך באטאנען אייער שרייבער / ין , ח . גראס , איך ווייס נישט וויפיל ער / זי בעט , אבער ער / זי איז ווערד אלע געלטער !
) - (
You must have pleasure , walking through the streets and watching everyone turn to this beloved publication station in a hurry to take home a copy . You are really delivering
December 11 , 2024 SHOPPERS ROUTE 117