12 11 24 | Page 115

347.746.0453

אינפארמירט

דורך : מרת . וואלקאספקי פון Dietitian Group
איך וויל וויסן וועגן , intermittent fasting איך מיין אז מען רופט עס די 16:8 שעה ' יגע דיעטע . כ ' וויל וויסן אויב ס ' איז בכלל געזונט און אויב די קערפער קען אנגיין אזוי לאנג אן עסן ?
ערשטנס , דארף מען קלאר מאכן די חילוק צווישן intermittent fasting און די 16:8 שעה ' דיגע דיעטע . intermittent fasting באדייט , פאסטן פאר א באשטימטע צייט אפשניט און עסן פאר א באשטימטע צייט אפשניט . איין פאפולער סארט פון די intermittent fasting דיעטע איז די , 16:8 וואו מען עסט פאר אכט שעה און מען פאסט פאר זעכטצן . ( צום ביישפיל , מ ' עסט פון ' 10 ע צופרי ביז ' 6 ע נאכמיטאג און מ ' פאסט פון ' 6 ע נאכמיטאג ביז ' 10 נע צופרי .( עס זענען פארהאן אויך אנדערע ווערסיעס פון . intermittent fasting א שטייגער ווי עסן איין טאג און פאסטן די צווייטע , אדער די 5:2 מעטאד פון עסן געהעריג פינף טעג פון די וואך און זיין שטרענג מיט קעלאריעס די אנדערע צוויי טעג .
איינע פון די פארדינסן פון , intermittent fasting איז ווי לייכט עס איז . אנשטאט ציילן קעלאריעס אדער זיין באוואוסטזיניג צו וואס מען עסט , איז intermittent fasting גרינג צו געדענקען און אויספאלגן . די בענעפיטן פון intermittent fasting בשייכות געזונט זענען ענדליך צו געהעריגע דיעטעס , דאס מיינט אז עס פארבעסערט די כאלעסטעראל , העלפט מיט וואג פארלוסט א . ד . ג ..
אפאר פון די נישט אזעלכע גינסטיגע רעזולטאטן זענען אויך ענליך צו געהעריגע דיעטע אויב מען טוט עס צו שטרענג , עס קען צוברענגען אז די מח זאל שווינדלען , מידעקייט , קאפוויי און דעהיידרעשאן . intermittent fasting קען אויך זיין א סכנה אויב מען איז אויף געוויסע מעדיצינען אדער מען איז דייעביטיק . עס קען אויך צוברענגען אז מען זאל זיך איבערעסן אויף די " עסן " שעות / טעג און בכלל נישט ארויסגיין מיט ווייניגערע פונטן .
אויסצופירן אויף למעשה , עצימער וואס וויל אויספרובירן די 16:8 דיעטע זאל זיך אלעמאל פריער באראטן מיט א דאקטאר אדער א נוטרישאניסט אויב עס איז געאייגנט פאר זייער קערפער .
פאר סיי וועלכע פראגע אנבאלאנגט נוטרישאן און דיעטע שיקט עס אריין דורך fax צו 718-384-5563 אדער רופט 718-599-3444x3 און עס וועט געענטפערט ווערן דורך מרת . וואלקאפסקי אין די ראמען פונעם Shopper ' s Route
אזויווי עס קומען אריין מערערע שאלות קען זיין אז עס וועט נעמען אפאר וואכן ביז איר וועט זיין אייער שאלה געדרוקט אין די בלעטער פונעם . Shopper ’ s Route
FOREVER LIVING Free delivery ! No minimum ! With every purchase enjoy your FREE BONUS SAMPLES of your choice ! You can reach us via text or call 929.409.4653 .
TAKE ADVANTAGE of our FREE health lectures call : 667.770.1687 Access code-908638 #
Then choose - 9 # Skin issues , 16 # Everything about hair , 18 # Summer safety- 19 # Skincare , 22 # Toxic Cleanse , NEW ! Winter Wellness 23 #, Woman ' s health- call for code .
December 11 , 2024 SHOPPERS ROUTE 115