11 6 24 | Page 177

התקשרות • מוצש " ק חיי שרה ליל
תשית לראשו עטרת
אצינד שטייענדיג נאך די ערשטע יארצייט , האט דער וועד הנהלה פון וויליאמסבורג בראשות הגאוה " צ חברי וועד הרבנים שליט " א , מחליט געווען אויפצונעמען כ " ק הגה " צ פאר מקדושים רבי יחיאל וואגשאהל שליט " א אבד " ק תפארת משה , מחשובי רבני עירינו , בן הרה " צ המפורסם רבי יחזקאל וואגשאהל זצ " ל מלאנצהוט , וחתנא דבי נשיאה פון הרה " ק מספינקא זצ " ל צו דינען אלס חבר וועד הרבנים דכוללינו בעיר וויליאמסבורג .
ער וועט בס " ד ובזכות אבותיו הקדושים מייסדי ונשיאי הכולל , שטיין בראש פעולות הכולל אינאיינעם מיט כ " ק אדמו " ר מגאלאנטא שליט " א וכ " ק אדמו " ר מקיוויאשד שליט " א , די דריי רבנים חשובים וועלכע זענען נערץ און מקובל אין די גאנצע שטאט דורכ ׳ן ממשיך זיין די הייליגע אורות פון אבותיהם רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו , וועלן בעזרת השי " ת באלייכטן די וועגן , און מדריך זיין לאורך ימים ושנים טובות , אויסצוברייטערן די פעולות נשגבות אין די שטאט ביתר שאת וביתר עז , און דורכדעם משפיע זיין כל מיני השפעות טובות .
הגה " צ אבד " ק תפארת משה שליט " א מיט די וועד הרבנים ביי א מסיבה פונעם כולל בבית המדרש גאלאנטא טבת תשפ " א
אויך האבן זיי מקבל די מסורה פון זייער מוטער הרבנית הצדיקת מלאנצהוט ע " ה טאכטער פון הרה " ק רבי איציקל צפת ׳ ער זצ " ל וועלכער איז געווען פון די ממונים פונעם כולל בעיה " ק און האט אויך געדינט מטעם כוללינו אלס רב פונעם באקאנטן צאנזער קלויז אין שטאט צפת ( וואס איז נתייסד געווארן דורך זקינו הרב הקדוש משינאווא זי " ע (.
ביים מצוה טאנץ פונעם פריסטיקער רב שליט " א אלע פינף לאנצוטע קינדער : פון רעכטס צו לינקס , כ " ק אדמו " ר מפשעווארסק שליט " א דער איינציגסטער שוואגער זיצט מיטן רוקן צום בילד , הרה " צ רבי יושע ' לע לאנצוטער רב אין וומס " ב , שינאווא רבי , הרה " צ רבי יחזקאל , הרה " צ רבי שמואל חיים
הרה " צ רבי יחזקאל , שינאווא רבי , הרה " צ רבי שמואל חיים , ביי א שמחה
זעלטענעם דמות פון עבודת ד ׳ והרבצת התורה אין זיינע ד ׳ אמות , אין דעם שיינעם ביהמ " ד תפארת משה תלמידי הגאון רבי משה גרין זצ " ל ראש ישיבה דמאנסי , ווי ער איז משפיע מהודו ויראתו על בני קהלתו .
אזוי אויך איז נשפע געווארן דעם ברען פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס מבית חותנו הרה " ק מספינקא זי " ע וועלכער איז געווען אין כסדר ׳דיגע פארבינדינגען מיט די הנהלת הכולל בכתב ובע " פ און געשיקט סכומים אדירים פאר כולל חבת ירושלים מסורת אבותיו הק ׳ זי " ע לבית מעליץ – ראפשיץ .
א ספעציעלע אויפנאמע און דרשת חיזוק
אצינד נעמט זיך דער רב שליט " א אונטער דעם עול צו שטיין בראש פון די פארצווייגטע פעולות פונעם קופת הכולל אינעם ווירבעלדיגן אפיס אין וויליאמסבורג .
דער התמנות איז פארגעקומען ביי א ענגע מסיבת לחיים אין שטוב פון רב שליט " א , נאכן באקומען ברכת צדיק פון כ " ק מרן אדמו " ר מפשעווארסק שליט " א נשיא כוללינו , און וועט בס " ד נאכפאלגען מיט א ספעציעלע אויפנאמע און דרשת חיזוק דורכ ׳ן רב שליט " א ביים מעמד האדיר ליל התקשרות מוצש " ק פ ׳ חיי שרה הבעל " ט , וואס וועט בעז " ה מיטגעהאלטען ווערן במעמד אלופי אלפי ישראל וועלכע קוקן ארויס אויף הרמת קרן עניי ארצינו הקדושה והצחלת הכולל , ויהי ד ׳ אלוקינו עמנו כאשר הי ׳ עם אבותנו אל יעזבינו ואל יטשינו .

2

געטראגן מיט זיך דעם פארצייטישן חן
דער עלטערער דור צווישן אונז געדענקט נאך גוט דעם לאנצהוטער רב הגה " צ רבי אלטר יעקב יצחק וואגשאהל זצ " ל , פון די שרידי דור הישן משיירי כנסת הגדולה פון די רבני גאליציע מדור הקודם , מיט זיין זעלטענע חשוב ׳ע הערליכע שטוב וועלכע האט בשעתו ארויסגעשיינט . הרה " צ רבי שמואל חיים זצ " ל פון מאנסי ( וועלכער האט לאנגע יארען מכתת געווען רגליו אלס גבאי קודש לטובת הכולל (, דעם רב ׳ס טאטע הרה " צ רבי יחזקאל שרגא זצ " ל פון בארא פארק , הרה " צ אדמו " ר משינאווא זצ " ל ( נסתלק לח " ע אשתקד יג אב תשפ " ד (, און הרה " צ רבי יהושע זצ " ל אבד " ק לאנצהוט .
אלע האבן געטראגן מיט זיך דעם פארצייטישן חן , און האבן בלויז מיט זייער באנעמונג – צוריקגעטראגען צום ליכטיגן אמאל אויפוואקסנדיג אין די ד ׳ אמות פון זייערע אבות און רבי ׳ס זי " ע , כל ימיהם האבן זיי געפילעוועט בדביקות צו קאלאשיץ , ראזוודוב , ולמעב " ק שינאווא – צאנז – ראפשיץ נשיאי כוללינו וועלכע האבן פארארבעט מעשים פארן קיום הכולל במשך הדורות .
ואהני להו אז די פארצווייגטע ׳לאנצהוט ׳ע משפחה ׳ איז היינט צוטאגס פון די גאר חשוב ׳ע משפחות בנש " ק , צווישן זיי אדמורים ורבנים ומרביצי תורה איש על מחנהו ואיש על דגלו הע " י , דער רבוש " ע זאל העלפן וויייטער לתפארת אבות
הגה " צ דער רב שליט " א שפיגלט טאקע אפ דעם מזג פון אמאליגע הצנע לכת וענוות חן און איז יארן לאנג ממשיך בגאון ועוז דעם
כתב תעודה פון קרן במסגרת קרן קיימת דכוללינו וואס הרה '' צ רבי יחזקאל שרגא וואגשאהל ז '' ל האט געמאכט בימי זקנותו לע '' נ הרה '' ק רבי דוד ליבוש זצ '' ל הי '' ד בנו הגדול פון רבו הרה '' ק מקאלאשיץ זי '' ע שנעקד '' ה ביום ו ' אייר תש '' ד רבי יחזקאל איז נפטר געווארן פופצן יאר שפעטער אין דעם זעלבן טאג ביום ו ' אייר תש '' פ והוא פלא ובמותם לא נפרדו
איינס פון די פילע בריוו פון הרה " ק רבי הערשעל ׳ ע מספינקא זי " ע , געשריבן צום אפיס פון כולל
מכתב קודש פון כ " ק אדמו " ר מפשעווארסק שליט " א לקראת די וויליאמסבורג דינער בשנת תשס " ד וועלכע איז געווען מוקדש לע " נ חותנו הרה " צ אבד " ק לאנצהוט זצ " ל
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 177