11 6 24 | Page 175

דער גברא רבא וואס האט באשיינט די שטאט
וצדקתו עומדת לעד
בס " ד
אריינבליק דורכ ' ן
בשעריך ירושלים

2

ספציעלע אפטיילונג צום בעפארשטייענדער מעמד האדיר ' ליל התקשרות '
לטובת ' צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים '
מוצש " ק חיי שרה תשפ " ה הבעל " ט

מעמד ההתמנות הגה " צ רבי יחיאל וואגשאהל שליט " א אבד " ק תפארת משה לכהן פאר בתור חבר ׳ וועד הרבנים ׳ של הכולל

דער ווייטאג און צער איז נאך אלץ נישט פארהיילט געווארען , נאך די שווערע פארלוסט וואס האט ליידער געטראפען די הנהלת הכולל וסגל חבורת גבאי קודש בעיר וויליאמסבורג , מיט די הסתלקות פון כ " ק הגאון הצדיק חסידא ופרישא רבים נהנו ממנו עצה ותושי ׳ רבי זלמן הלברשטאם זצ " ל אבד " ק טשאקעווע . ער איז לאנגע יארן געשטאנען בראש ההנהלה ועל פיו ישק כל דבר און די לעצטע יארן אויך געדינט אלעס חבר וועד הרבנים בעיר וויליאמסבורג . הן זיין הדרכה מיט זיין שכל הישר און טיפע פארשטאנד , והן במעש במסי " נ , האט אימער אויסגעפעלט פאר ׳ ן טון להרמת קרן עניי ארצינו הקדושה , און האט ב " ה זוכה געווען צו זעהן פרי בעמלו מיט די הצלחה פון הרחבת גבולי הכולל לחיותינו כיום הזה .
דער גברא רבא וואס האט באשיינט די שטאט
ליידער איז ער אוועקגעריסען געווארן
פון אונז ביום המר תשעה באב תשפ " ג . וכבוד גדול עשו לו במותו ווען דער כולל האט דאן ביום א ׳ סליחות פאררופען אן עצרת התעוררות , אין וועלכע מערערע קהלות ומוסדות פון די שטאט האבן זיך מצטרף געווען , רופענדיג דעם ציבור צום מעמד הספד לכבוד דעם גברא רבא וועלכער האט באשיינט די שטאט אסאך יארן , וואו עס האבן אויפגעטרעטן פארי אדמור " י ורבני עירינו שליט " א .
די דרשות זענען ערשינען ביים דינער השנתי תשפ " ד אינעם הערליכן קונטרס ‘ יזלו בשמיו ח " א ׳,‏ ומחובר לטהור אויך א פייערדיגער שמועס וואס אביו הגדול עמוד ההוראה הגה " ק רבי משה הלברשטאם זצ " ל חבר הבד " צ יו " ר הנהלת הכולל בארה " ק האט משמיע געווען בעת מ ׳האט אויפגעשטעלט די לשכה פונעם כולל אין אונזער שטאט וויליאמסבורג בשנת תשס " ה , און פיר דרשות וואס דער טשאקאווער רב זצ " ל האט אויפגעטראטן ביי מאורעות לחיזוק הכולל . נוסף צו דעם א רייכער ליקוט כתבי קודש און דאקמענטן פון אבותיו הקדושים לבית צאנז בנוגע דעם כולל .
וצדקתו עומדת לעד
עס וועט אייביג געדענקט ווערן זיין יגיעה אין חקר און די שעות עד אין מספר וואס ער האט פון זיך אוועק געגעבן עד יומו האחרון אוועק צו שטעלן די הייליגע צדקה ‏-בכלל-‏ בקרן אורה , ובפרט דא אין די שטאט וויליאמסבורג , זכרה לו אלקא דרבי מאיר לטובה .
ביים דינער אין בארא פארק פארגאנגענעם חודש סיון תשפ " ד העעל " ט איז בנו בכורו הגה " צ רבי אברהם
שער בלאט און תוכן פון קונטרס ' יזלו בשמיו ' ח " א ..
מאיר הלברשטאם שליט " א דומ " ץ קיט " ל 18 עוו . נתמנה געווארען אלס חבר וועד הכולל , ווי ער וועט בס " ד ממלא זיין מקום אבותיו ממשיך צו זיין זייער עבודת הקודש לאויט " א לשם ולתפארת .
מעמד עצרת התעוררות , א ' סליחות תשפ " ג .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 175