GRAND REOPENING
Beautiful selection of cashmere kallah coats
Open Sunday 12-7
82 DIVISON AVE
347.388.9535 I 917.952.7826 Evening appointments available
זיך זיין פערזענליכער געהילף , ענטאני דיבאטעלי , וועלכער איז אויך געווען א גאר ערפארענער געוועזענער דעטעקטיוו אין עטליכע פריסינקטס פון די ניו יארק סיטי פאליס דעפארטמענט אין ברוקלין .
די האטעל איז געווען איבער געפולט די דאזיגע וויקענד מיט געסט און די צוויי פרייוועט אינוועסטיגעיטארס זענען דארט אנגעקומען און נאכ ' ן ארויס נעמען זייערע צימערן , זענען זיי באגריסט געווארן דורכן הויפט סערוויס מענדזשער ענדי ריטשארדסאן , וועלכער האט זיי זייער העפליך אויפגענומען און זיי געזאגט , אז פאר סיי וועלכע געברויכן אדער סערוויסעס קענען זיי זיך מעלדן צו אים .
מעקנעהעם האט ארויס געצייגט ווי שטארק איבער גענומען ער איז פון די דאזיגע פריינטליכע אויפנאמע און ער האט געבעטן פון זיין קאלעגע ענטאני , צו כאפן א בילד פון אים צוזאמען מיטן הויפט סערוויס מענעדזשער פון די נעוועלע גרענד האטעל .
ענדי וועלכער האט גארנישט פארדעכטיגט , האט זיך אוועק געשטעלט מיט א שיינעם שמייכל און זיך געלאזט פאטאגראפירן צוזאמען מיט דעם איירישן גאסט מיסטער מעקנעהעם .
די צוויי דעטעקטיוון האבן באלד געכאפט , אז דאס איז דער פארשוין וועלכער איז אנגעגעבן אלס א מענטש וועלכער איז אינוואליד און ארבייטסלאז און זיי האבן שוין איצט געהאט גענוג דעטעקטיוו ארבייט אויסצופירן דורכאויס דעם גאנצן וויקענד , וואס וועט זיין גאר אינטערעסאנטע און וויכטיגע אינפארמאציע פאר די אינשורענס קאמפאני .
פאר ענדי ווארט איצט אפ גאר א ביזי וויקענד וואס פולע געסט זענען ספעציעל געקומען אים אויסהערן און אויסער דעם זעהט דאס אויס צו זיין גאר א שטארק סוקסעספולע וויקענד פאר די נעוועלע גרענד האטעל .
איר ווילט אוודאי וויסן וואס האט פאסירט ווייטער ? אי " ה אין די קומענדיגע אויסגאבע
134 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024