דער מיליטערישע דאקטאר
ציט צוריק
סיפורי צדיקים
א
ינעם שטעטל סטריזוב , פוילן , האט געדינט אלס רב דער גרויסער גאון און צדיק ר ’ אלתר זאב הורוויץ זצ ” ל . רבי אלתר זאב איז געווען א קדוש וטהור , די גרויסע צדיקים אין זיין דור וואס האבן אים געקענט , האבן אויף אים געזאגט גרויסע זאכן .
ר ’ שלום שווארצמאן זצ ” ל , איינער פון די סטריזובער חשובע אידן וועלכער האט סוף ימיו געוואוינט אין ירושלים עיה ” ק , פלעגט דערציילן אז ווען ר ’ אלתר איז אמאל געווען ביים מיטעלער בעלזער רב ר ’ יהושעלע זצ ” ל , איז רבי יהושע ’ לע געשטאנען ביים פענסטער ווען ר ’ אלתר איז דארט אריבער , האט ער צוגערופן זיין זון דעם הייליגער צדיק ר ’ ישכר דוב זצ ” ל , און אים געזאגט : “ קום און זע א יונגערמאן א ירא שמים ”! דאס האט ר ’ ישכר דוב אליין דערציילט פאר ר ’ שלום , צולייגנדיג “ יעצט זאלסטו וויסן ווער עס איז אייער רב , און ווי מען דארף זיין געווארנט אין זיין כבוד !”.
שוין פון יונגווייז אן איז ר ’ אלתר בארימט געווארן פאר זיין גרויס יראת שמים און צדקת , אינאיינעם מיט זיין גרויסקייט בתורה .
נאך איידער ער איז געווארן צוואנציג יאר אלט , איז ער שוין אויפגענומען געווארן אלס רב אין סטריזוב .
אין יענע צייטן האבן זיך די סטריזוב ’ ע אידן , אזוי ווי אלע אנדערע אידן פונעם גאנצן לאנד , זיך געספראוועט מיטן פראבלעם פון מיליטער דינסט . יעדער פעאיגער יונגער מאן האט געדארפט זיך אריינרוקן אינעם מיליטער און אויסדינען דארט פאר עטליכע יאר .
דער סדר איז געווען אז איינמאל א יאר איז אין סטריזוב אראפגעקומען א מיליטערישע קאמיסיע מיט זייער מעדעצינישע שטאב , וועלכע האבן אינטערזוכט דאס געזונט צושטאנד פון די וואס האבן זיך געדארפט שטעלן צום מיליטער דעם יאר , און באשלאסן ווער עס איז פעאיג .
פארשטייט זיך אז פאר אידן איז דאס גיין אין מיליטער געווען עפעס וואס איז נישט געקומען אין באטראכט , קודם כל , איז די רוחניות אינעם מיליטער געווען זייער איינגעשטעלט , עס איז זייער שווער געווען זיך צו האלטן דארט ביי אידישקייט , צווייטנס איז דאס באזונדער שווער געווען בגשמיות פאר אידן , וויבאלד מען האט זיך געדרייט צווישן גוי ’ אישע זעלנער וואס זענען געווענליך געווען פארביסן מיט אנטיסעמיטיזם , און ווער רעדט נאך אויב איז מען אריינגעפאלן אין די הענט פון אן אנטיסעמיטישער קאמאנדיר וואס האט גענומען פאר א מיסיע צו פארביטערן דאס לעבן פון די אידישע זעלנער , איז געווען ממש שרעקליך .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 131