11 6 24 | Page 130

דעריבער האט מען אנגעוואנדן אלע מיטלען זיך ארויסצודרייען פון מילטער דינסט .
אין סטריזוב האט דאן געוואוינט א איד מיט ’ ן נאמען ר ’ יוסף דיאמאנט , וועלכער האט זיך גערעכנט צווישן די חשובע און אויסגעצייכנטע אידן פון שטאט . ביי יעדן שווערן אנגעלעגנהייט וואס פלעגט זיך מאכן אין שטאט איז ער שטענדיג געווען גרייט צו העלפן .
מיט וואס דער ר ’ יוסף האט זיך ספעציעל אויסגעצייכנט , איז געווען דאס וואס ער האט זיך אפגעגעבן צו העלפן אידן זיך ארויסדרייען פון מיליטער דינסט . ער איז געווען דער הויפט עסקן ווען עס איז געקומען צו די מיליטערישע אנגעלעגנהייטן , און ער האט אלעס געטון בלויז לשם מצוה , נישט וועלנדיג נעמען קיין פרוטה ביי קיינעם .
יעדן יאר ווען די מיליטערישע קאמיסיע איז אנגעקומען אין שטעטל , פלעגט ר ’ יוסף מאכן קאנטאקט מיט זיי , און טרעפן א מהלך ווי אזוי צו זיכער מאכן אז אלע אידן ווערן באפרייט פון מיליטער דינסט .
געווענליך פלעגט ר ’ יוסף נוצן פאר דעם צוועק דער בירגערמייסטער פון שטאט , וועלכער האט געדינט אלס פארמיטלער צווישן אים מיט די קאמיסיע . דער בירגערמייסטער איז זעלבסט געווען א דאקטאר , אזוי אז ער האט געקענט זאגן מעדעצינישע מיינונגען איבער געשטעלטע אידן , און אנצייגן אז זייער געזונט צושטאנד ערלויבט זיי נישט צו דינען אין מיליטער . אזוי האט ער צומאל געקענט ווירקן אויף דעם מילטערישן דאקטאר אז ער זאל באפרייען אידן , אבער צומאל האט דאס נישט געארבעט , און ער האט געדארפט אינטערקויפן דעם מיליטערישן דאקטאר מיט גרויס געלט .
כמעט וואס ס ’ האט זיך נישט געמאכט אז מען זאל באשטעטיגן א איד פון סטריזוב אלץ פעאיג צו דינען אין מיליטער , און טאמער עס האט יא פאסירט , האט מען איבערגעקערט וועלטן , מען האט אנגעוואנדן אלע מעגליכקייטן יענעם צו באפרייען . מען האט אריינגעגעבן אן אפיעל קעגן די באשלוס פונעם קאמיסיע , און דערנאך האט מען זיכער געמאכט אז די העכערע קאמיסיע האט שוין יענעם באפרייט .
פארשטייט זיך אז די אלע פעולות זענען נישט געווען לעגאל אויסגעהאלטן , אבער אזוי איז עס אריבערגעגאנגען יאר יערליך בשלום .
האט אבער איינמאל פאסירט א פאל וואס האט אויפגערודערט דאס גאנצע שטעטל און געשטעלט אין געפאר די אלע וואס האבן דערין געהאט א שייכות .
געווען איז דאס , אין איינע פון די יארן ווען דער אינטערזוכונג קאמיסיע איז אנגעקומען אין שטעטל , און דער בירגערמייסטער האט פארגעשלאגן פארן מיליטערישן דאקטאר אז ער זאל זען צו באפרייען אלע אידן פון שטעטל און אין אויסטויש וועט ער באקומען באצאלט א גרויסע סומע געלט .
די איניציאטיוו איז געקומען פונעם עסקן פון שטאט ר ’ יוסף דימאנט וועלכער האט צוגעשטעלט פאר דער בירגערמייסטער די גרויסע סומע געלט פאר שוחד . דער דאקטאר , וועלכער איז זעלבסט געווען א איד , האט דאס געלט נישט גענומען אבער ער האט יא באפרייט די אלע אידן .
מיט א צייט שפעטער האט דער דאקטאר דערציילט וועגן דעם פארשלאג וואס ער האט באקומען פון די אידן אין סטריזוב , פאר זיין פריינט , דער הויפט פארזיצער פון דער קאמיסיע .
מיט א קורצע צייט דערויף האבן זיי זיך צעקריגט , און דער פארזיצער האט דערציילט איבער דעם געשיכטע פארן מיליטערישן פראקוראר און דער פראקוראר האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט א קעגן דעם בירגערמייסטער פון סטריזוב .
דער געריכט האט גערופן דעם בירגערמייסטער פאר א פארהער , און אים באשולדיגט אין א פרואוו צו אונטערקויפן דעם מיליטערישן דאקטאר .
ביים פארהער האט דער בירגערמייסטער געלייקנט אז ער זאל האבן פרובירט אינטערצוקויפן דעם דאקטאר , טענה ’ נדיג אז ער האט דאן געזאגט פארן מיליטערישן דאקטאר , אז ער וועט ביישטייערן א סומע געלט פאר דעם “ רויטן קרייץ ” אויב ער וועט זיך נישט באציען אנדערש און שלעכטער מיט די אידן , ווי מיט די גוים , נאר דער דאקטאר וועלכער פארשטייט נישט גוט די פוילישע שפראך האט נישט פארשטאנען וואס ער האט אים דעמאלטס געזאגט , און פארשטאנען אז ער מיינט אים אינטערצוקויפן .
דער מיליטערישער דאקטאר האט אבער קאטעגאריש אפגעווארפן דעם בירגערמייסטער ’ ס טענה , זאגנדיג אז וואס ער האט דערציילט איז ריכטיג , “ דער בירגערמייסטער האט אים געוואלט אונטער קויפן פאר געלט ,’’ האט ער דערקלערט .
זעלבסטפארשטענדליך אז אויב זאל דער געריכט אננעמען די באשולדיגונג , וואלט דער בירגערמייסטער באקומען א הארבע שטראף ; מען וואלט אים צוגענומען די שטעלע מיטן טיטל דאקטאר און אים ארעסטירט פאר א לאנגע צייט .
130 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024