ר ’ יוסף דיאמאנט , האט געפיבערט מיט געדאנקען ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון דעם פלאנטער און ארויסזען דעם בירגעמייסטער פריי פון געריכט , און אזוי אפצו ראטעווען דעם גאנצן שטעטל פון דעם צרה .
א פחד האט באנומען די אידן פון סטריזוב . אויב זאל דאס געשען , וועט דאך ארויסקומען דערפון א גרויסער חילול השם , דער גאנצער געשעפט איז דאך נאר געקומען צוליב וואס דער בירגערמייסטער האט געהאלפן די אידן . ווי אויך האט דאס געקענט אויפברענגען א גרויסע אויפברויז ביי די לאקאלע גוים קעגן די אידן . דער טומל און דער שרעק וואס האט דאן געהערשט אין שטאט איז געווען זייער גרויס .
נאך פיל מיה און גרויס שתדלנות איז באשלאסן געווארן אריבערצופירן דעם געריכט פון וויען קיין ריישא , וואו מען וועט נאכאמאל אויספארשן די עדות און די אלע וואס זענען פארבונדן מיט דער באשולדיגונג . די אידן האבן שטארק געהאפט אז אין ריישא וועט גרינגער זיין .
צום געריכט זענען גערופן געווארן , אויסער דער מיליטערישן דאקטאר מיטן בירגערמייסטער , אויך ר ’ יוסף דימאנט , וועלכער האט געדארפט דינען אלץ עדות , אז דער בירגערמייסטער האט
נישט געוואלט אונטערקויפן דעם מיליטערישן דאקטאר לטובת די אידן , נאר ער האט געוואלט געבן א סומע געלט פאר דעם רויטן קרייץ , כדי מען זאל נישט מאכן קיין אונטערשייד צווישן אידן און גוים - ווי דער בירגערמייסטער האט גע ’ טענה ’ ט .
די רבנים האבן דאן גע ’ פסק ’ נט אז מען דארף טון אלע מעגליכקייטן צו ראטעווען און ארויסהעלפן דעם בירגערמייסטער , וועלכער האט געטון אזוי פיל גוטס פאר אידן , אויסער דעם וועט א הארבע שטראף פארן בירגערמייסטער ברענגען און ערוועקן גרויס שנאה אויף אידן , פון וועלכע קיין גוטס וועט נישט ארויסקומען .
די גאנצע נאכט פאר דעם טאג וואס דער געריכט האט געדארפט פארקומען איז געווען א ‘ וואך נאכט ’ פאר די אלע העלדן פון דער געשיכטע .
דער מיליטערישער דאקטאר האט נישט געקענט איינשלאפן פון גרויס כעס אז מען האט אים מטריח געווען צו קומען צו פארן
פון וויען קיין ריישא , ער האט שוין נישט געהאט קיין געדולד אויסצואווארטן ביז ער וועט ווידערהאלן זיין עדות קעגן דעם בירגערמייסטער .
דער בירגערמייסטער זעלבסט , איז דאך געווען אין גרויסע צרות , און ער איז געווען היפש אויפגעברויזט אז צוליב די אידן האט אים פאסירט די גאנצע געשיכטע .
ר ’ יוסף דיאמאנט , האט געפיבערט מיט געדאנקען ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון דעם פלאנטער און ארויסזען דעם בירגעמייסטער פריי פון געריכט , און אזוי אפצו ראטעווען דעם גאנצן שטעטל פון דעם צרה .
און נאך איינער איז יענע נאכט געבליבן וואך און נישט צוגעמאכט קיין אויג . דאס איז געווען דער באלימטער רב פון שטאט , ר ’ אלתר זאב , וועלכער האט נישט אוועקגעלייגט דעם תהלים פון האנט און פארגאסן טייכן טרערן איינרייסנדיג אז דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף זיינע אידישע קינדער און זיי ארויסראטעווען פון די דאזיגע צרה .
גאנץ פרי , איז ר ’ יוסף דימאנט אריינגעגאנגען צום רב , זיך געזעגענען און באקומען פון אים זיין ברכה איידער ער פארט קיין ריישא צום געריכט . דער רב האט אים דאן געזאגט :
“ אין זכות פון די תפלות , און אין זכות פון מיינע עלטערן און אור עלטערן , דער של ” ה הקדוש , ר ’ איציקל האמבורגער , ר ’ נפתלי ראפשיצער און דער בעש ” ט הקדוש זי ” ע בענטש איך דיר אז דו זאלסט באגליקן אין דיין וועג .”
נאך א וויילע טראכטן האט
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 129