11 6 24 | Page 128

דער רב צוגעגעבן :
פול מיט בטחון איז ר ’ יוסף ארויס פון רב ’ ס שטוב . ער איז זיכער געווען אז דער רב ’ ס ברכה וועט מקוים ווערן , כאטש ער האט נישט געהאט קיין אנונג ווי אזוי .
ווי נאר ער איז אפגעשטיגן פון דער באן מיט וועלכן ער איז אנגעקומען קיין ריישא , האט ער פלוצלונג זיך אנגעטראפן מיטן מיליטערישן דאקטאר וועלכער איז פונקט אויסגעשטיגן פון א אנדערע באן וואס איז געקומען קיין ריישע פון וויען .
אין יענע מינוט האט ר ’ יוסף געפילט ווי א העכערע קראפט שטופט אים צו דער זייט פון דאקטאר און ער איז געבליבן שטיין נעבן אים . ביידע זענען געווארן בלאס ווי קאלך . אויך דער דאקטאר האט געוואלט אוועק בייגן זיין קאפ און זיך נישט אנטרעפן מיט די בליק פון ר ’ יוסף . אבער ווי מיט א העכערן קראפט - און ווי ער האט שפעטער אליין דערציילט , האט ער געזען פאר זיך א עלטערער איד וועלכער שטופט אים נאר צו דער זייט פון ר ’ יוסף .
ר ’ יוסף האט זיך גענומען די קוראזש און א דרייסטער זיך געוואנדן צום דאקטאר :
“ דו ווייסט דאך , הער דאקטאר , אז היינט גרייט מען זיך צו משפט ’ ן א גוי , וואס האט געוואלט העלפן אידן , און דער הויפט באשולדיגער ביסטו - א איד ! האסטו נאר אריינגעטראכט וויפיל שונאי ישראל עס וועלן דורכדעם צוקומען , אויב דער געריכט וועט געפינען דעם גוי שולדיג ! ביסטו דען זיכער אז די דאזיגע שונאי ישראל וועלכע וועלן ווערן צוליב דיר , צוליב דיין באשולדיגן דעם גוי , וועלן נישט אמאל אין דיר אויך זיך פארטשעפען און דו וועסט דערפון ליידן ?! בארעכן זיך נאכאמאל , הער דאקטאר !”
די דאזיגע שארפע און דורכדרינגליכע רייד , וועלכע זענען געזאגט געווארן אין גרויס געפאר און זענען ארויס פון א ווארימע אידישע הארץ האבן געטראפן אין ציל .
ווען דער מיליטערישער דאקטאר האט ערשיינט אין זיין נייעם עדות זאגן פאר דעם געריכט האט ער געזאגט אז מען האט נישט ריכטיג פארשריבן זיין עדות זאגן ביים געריכט אין וויען , ער האט דאן געזאגט : “ אז עס קען טאקע זיין אז עס איז געווען א טעות , און ער האט נישט גוט פארשטאנען !..”
אלע באשולדיגטע זענען דאן באפרייט געווארן און ביי די סטריזובער אידן איז געווארן ששון ושמחה .
128 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024