|
ווען האסטו די ערשטע מאל געהערט פון פשטא אין די האסט אנגעהויבן צו טראכטן אז דא מיינט מען דיך ?
א יונגל אין מיין חדר וואס איז געווען ביי פשטא האט מיך געזאגט אז פשטא לערנט זייער גוט אויס די טראפן , האב איך געבעהטן מיין טאטע אויב ער קען מיך איינשרייבן , און ער איז געווען זייער צופרידן מיך איינצשרייבן , אז איך זאל מיך אויסלערנען די טעמי המקרא ווי עס דארף צו זיין .
איז עס טאקע אזוי ווי די האסט זיך פארגעשטעלט ?
ת : יא אוודאי , איך קען שוין היינט געהעריג מעביר סדרה זיין יעדע פסוק אין די תורה .
די מיינסט אז נאך דיין בר מצוה וועסטו שוין זיין גרייט צו זיין א בעל קורא ?
יא , ווען איך האב באקומען פון פשטא די תיקון קוראים , האט מיך מיין טאטע גע ־
זאגט אז איך קען מיך שוין פארקוקען די פרשה וואס גייט זיין נאך מיין בר מצוה , כדי אז איך זאל שוין גלייך קענען זיין א בעל קורא מיט אלע טעמים .
וואס לערנט מען אויס ביי די פשטא שיעורים חוץ פון די ניגונים פון די טראפן ?
קודם כל די שיעורים ווער פארגעלער ־ נט מיט א ספעציעלע געשמאק דורך די חשובע מגי " ש , וואס הלוואי וואלט ער געווען מיין מלמד אגאנץ יאר , און ער טוט זייער קלאר מסביר זיין די כללים וואס די טראפן מיינען , און ווען מען פארשטייט גוט די אלע כללים , איז שוין זייער גרינג זיך אויסצולערנען די מהלך און די ניגונים פון אלע טראפן .
פארצייל מיך אביסל וועגן די עבודת הבית ?
יעדע וואך געבט די מגי " ש אפאר פסוקים וואס די תלמידים זאלן חזרן אינדערהיים , וואס דאס העלפט זייער שטארק ארויס אז מען זאל זיך ריכטיג קענען איינחזרן די טראפן , און עס קונה זיין א קנין נצח , און ווער עס האלט עס מיט יעדע וואך , ווערט באלוינט מיט הע ־ רליכע מתנות .
ווען האסטו די ערשטע מאל געהערט פון פשטא ?
איך האב געזעהן די קליינע פשטא קא ־ רטלעך אין ביהמ " ד , און איך האב עס אריינגעלייגט אין מיין טאש , און ווען איך בין אהיימגעקומען האב איך עס געוויזען פאר מיין טאטע , און איך האב אים גע ־ בעהטן אז איך האב גרויס חשק ער זאל מיך איינשרייבן .
איז עס טאקע אזוי ווי די און דיינע עלטערן האבן זיך פארגעשטעלט ?
יא אוודאי , איך פלעג מיך מיטשענען יעדע מאל איך האב געוואלט מעביר סדרה זיין , אבער זייט איך האב אנג ־ עהויבן מיטהאלטן די פשטא קלאסן , האב איך באקומען א מוראדיגע קלאר ־ קייט און פארשטאנד אין די מהלך פון די טראפן , און דאס האט מיך געגעבן א געוואלדיגע חשק צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך .
די האסט מיטגעהאלטן די חזרה פראגראם אין די זוממער ?
יא , די חזרה יעדע וואך איז געווען פאר מיר א געוואלדיגע תועלת .
די ווילסט מיר אביסל פארציילן וועגן די פארהער , אלע קינדער פון פשטא פארהערן זיך אויף אלע טראפן ?
יא , עס איז פארגעקומען איין קלענערע פארהער בעפאר די זוממער , ווי אלע תלמידים האבן געהאט די געלעגנהייט ארויפצוקומען לייוו אויפן טעלעפאן , און זיך פארהערן ביי די חשובע מגי " ש די קריאה פון ראש חודש , און נאך די זוממער איז פארגעקומען א גרויסע פא ־ רהער ווי מען האט זיך געקענט פארה ־ ערן וועלכע פרשה מען האט געוואלט , און איך האב מיך פארהערט אין פרשת דברים .
מען באקומט עפעס פאר זיך פארהערן ?
מען באקומט א תעודה א כתב אישור צו קענען ליינען אין די הייליגע ספר תורה .
|