די פסוקים פון אלו דברים איז טאקע א טייל פון אונזער טאג
טעגליכע ברכת השחר וואס אפילו יעדע פארנומענע מאמע קומט ( האפענטליך !( אן צו זאגן .
אין די צווייטע טייל פון די קאפיטל רעכנט מען אויס גאר
חשוב ' ע מצוות . מצוות ווי גמילות חסדים , און הכנסת כלה , ביקור
חולים און מאכן שלום . יעדע
פון די מצוות וואס ווערן דארט אויסגערעכנט זענען גאר וויכטיג פאר די וועלט און עס ראטעוועט
דורות .
אבער עס איז דא איין זאך וואס שטייגט איבער אלע פון די אויסגערעכנטע אינאיינעם .
לערנען תורה איז איבער אלעס .
124 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024