ר '
זלמן גפן איז א באליבטער אידל . ער פארמאגט א נידריגע געשטעל און ברייטע אקסלען . צוויי שארפע אויגן אנגעפולט מיט שמחת החיים שיינען ארויס פון אונטער זיין הויכע שטערן .
ער איז טויגליך און געשמאק , און פילע אידן קענען אים .
און דערפאר איז ער געווען די ערשטע נאמען אויף די ליסטע צו אנפירן דעם היי יעריגע דינער .
די הנהלה פון די מוסד איז געזעצן ארום קהל ' ס טיש און דיסקוסירט די פרטים פון די קומענדיגע דינער , ווען איינער האט אויפגעברענגט די נאמען " זלמן גפן " אנצופירן די גאנצע מעמד .
זלמן איז געזעצן ביי די גמרא אין גרויסן היכל הבית מדרש ווען דער גבאי איז אים געקומען רופן צום מיטינג . מיט זיין שטענדיגע שמחה וואס צעשפרייט זיך ארום אים , האט ער באגריסט די אידן וואס זענען געזעצן ארום דעם טיש .
" קוק אהער ר ' זלמן ", האט דער אדמיניסטראטער גענומען דאס ווארט , " מיר זיכן א טויגליכער אינגערמאן צו אנפירן מיט די היי יעריגע דינער , איינער וואס איז באגלייבט , טויגליך , און פריינטליך , איינער וואס קען אנקניפן קשרים מיט גרויסע נדבנים , איינער אזוי ווי דיר …"
זלמן האט פארשלינגען א שמייכל , ער האט שוין פארשטאנען וואס מען וויל פון אים .
" איז ביסטו גרייט צו אנפירן מיטן דינער ?" האט דער אדמיניסטראטער געפרעגט די שאלה וואס איז געשטאנען אויף די פנים פון אלע באטייליגטע .
זלמן האט צוגעשאקלט מיט ' ן קאפ . א זאך וואס מען קען טון , האט מען הנאה צו טון . די פינגער האבן אים שוין געקיצלט און ער האט געפילט אז אזא ארבעט , ווי שאפן געלט פאר א מוסד איז צוגעפאסט פאר אים . אבער בעיקר האט ער זיך געפריידט צו די אומערווארטעטע אינקם פון נאך אפאר טויזנט דאלער . ווייל ער האט נאך א צוועק וואס איז אים גאר נאנט צום הארצן און ער קען דארט ניצן געלט .
אונזער באליבטע ר ' זלמן איז שוין אפאר יאר פארנומען צו מסדר זיין לערנען משניות פאר בתי אבלים רח " ל .
ער האט שוין אויסגעשטעלט א גאנצע פראגראם וויאזוי משניות ווערט איינגעטיילט פאר די גאנצע משפחה אז עס זאל ווערן געענדיגט אין די יאר פון די פטירה , און אמאל ווען עס איז נישט דא קיינער וואס קען נעמען אויף זיך א משנה וועט ר ' זלמן אויסצאלן פאר תלמידי חכמים זאלן לערנען לעילי נשמתו . עס איז א חסד של אמת , און פאר א איד אזוי ווי ר ' זלמן ווערט די מצוה געטון מיט עקסטערע שמחה און איבערגעגעבנקייט .
די הנהלה האט זיך געפריידט ווי שנעל ר ' זלמן האט
צוגעשטימט און מען האט אים צוגעשטופט א בענקל און אנגעהויבן צו איבערגיין מיט אים די דעטאלן פון דעם גרויסן נאכט ...
איבריג צו זאגן אז דער דינער האט געהאט גרויס הצלחה , און זלמן גפן איז אומאפיציעל געווארן דער יערליכער עסקן וואס נעמט די גאנצע דינער אויף זיינע ברייטע פלייצעס .
•••
" יא , א גוטן ר ' זלמן , דא רעדט דעם אידמיניסטראטער , מיר האבן יעצט באשטימט דעם קומענדיגע דינער אויף די ערשטע מוצאי שבת פון חודש שבט , אזוי ווי יעדעס יאר ".
עס איז שוין געווען נאך א שיינע פאר יאר וואס ר ' זלמן גפן פירט אן מיט די יערליכע דינער , און עס איז שוין געקומען צו א מצב פון זעלבספארשטענדליכקייט .
ר ' זלמן איז אבער דאס מאל שטיל געבליבן , ער איז נישט געווען זיכער אז ער וועט עס דאס יאר קענען באווייזן , ווייל ער האט אנגעהויבן צו פארלערנען יעדע נאכט א שיעור פאר א גרופע פון יונגעלייט , און די שיעור איז געווען פאר אים חק ולא יעבור .
" אמממם ," האט ר ' זלמן געזוכט די ריכטיגע ווערטער , " איך האב מורא אז איך וועל עס נישט קענען אנעמען דאס מאל , ווייל איך האב אנגעהויבן צו פארלערנען א שיעור יעדע נאכט ".
" קוק אהער ר ' זלמן ," האט דער אידמיניסטראטער בכלל נישט געהאלטן ביים אויפגעבן , " דער שיעור איז די תורה פון א צען אידן , אבער דער דינער איז די תורה פון אונזערע הונדערטער תלמידים בלי עין הרע ".
ר ' זלמן איז שטיל געווארן , עס האט אים אויך געקיצלט די געלט מיט וואס ער גייט ארויס יעדע יאר , און מיט דעם שטופט ער דעם וואגן פאר די לומדי משניות פון זיין פריוואטע מצוה פאר נאך אביסל . ער האט עס טאקע נישט געזוכט , אבער וואס קען ער טון אז מען בעט אים ?
" איך זאג דיר , די קומענדיגע אינדערפרי נאכ ' ן דינער קענסטו צוריקגיין צו דיין שיעור ," האט דער אידמיניסטראטער געדרוקט אויף די לעצטע קנעפלעך .
און צומארגנס האבן שוין געהאנגען שיינע קאלירטע פלאקאטן אויף די ווענט אין שול מיט די נאמען פון ר ' זלמן גפן אין גרויס מיט שיינע גאלדענע אותיות .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 123