11 6 24 | Page 122

ביינאכט ביים שיעור האט ר ' זלמן זיך געשפירט זייער אומבאקוועם צו מעלדן פאר די אינגעלייט אז פאר די קומענדיגע דריי וואכן וועט ער פעלן צוליב דעם דינער וואס וועט אים האלטן פארנומען מער פון פיר אין צוואנציג שעה א טאג . עס האט אים געדרוקט פון נערוועזיגקייט , ווייל ער אליין רעדט כסדר פון די חשיבות נישט צו מבטל זיין דעם שיעור , אפילו פאר גאר וויכטיגע סיבות , און וואס איז דאס ? א גאר גאר וויכטיגע סיבה ?
אבער עס איז שוין סיי ווי נישט געווען קיין סוד , ר ' זלמן האט אנגעהויבן די שיעור מיט די מעלדונג אז פאר די קומענדיגע דריי וואכן וועט ער שיקן א ממלא מקום .
" עס וועט אונז זיין זייער שווער די טויש ", האט איינער באמערקט , " מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די לעבעדיגקייט און געשמאק מיט וואס דו לערנסט פאר ".
ר ' זלמן האט נישט געקענט באשליסן אויב ער זאל עס פשוט אננעמען אלס א קאפלימענט , ווייל די זאץ האט אים געגעבן אן
אומבאקוועמע שטאך אין הארץ .
און דא איז געקומען א בעמערקונג , גראדע א שטילע , דער אינגערמאן האט עס נאר געמורמלט צו זיין שכן דערנעבן , אבער ר ' זלמן האט עס אויפגעכאפט ..." איך האלט אז אזא שאלה , אויב מען מעג מבטל זיין א שיעור פאר א דינער קומט די פסק ' נען פאר א גדול בישראל ".
ר ' זלמן האט די שטילע פליסטער זייער ערנסט גענומען און ער איז נאך יענע נאכט נאכן שיעור אריין צו איינע פון די גדולי הדור און פארגעלייגט זיין שאלה . ער האט נישט פארגעסן צו דערמאנען זיין ' משניות פראגראם ' און געווארט מיט כבוד צו הערן זיין תשובה .
" דער משניות פראגראם וועט טאקע האבן אסאך געלט , דער דינער וועט טאקע האבן הצלחה , און אפילו די שיעור וועט קענען ווייטער אנגיין מיט א גוטע ממלא מקום , אבער פאר דיר איז עס נישט קיין גוט געשעפט . עס איז נישט כדי צו פארברענגען די צייט וואס מען האט באשטימט פאר לימוד התורה פאר א דינער אפילו נישט פאר איין טאג ".
" אבער די הכנות צום דינער נעמט דריי וואכן , און מען רעדט פון אפלאזן דעם שיעור פאר דריי וואכן ..." האט ר ' זלמן נישט קלאר פארשטאנען .
" אויב אזוי ," האט זיך געהערט דעם פסק קלאר אין דייטליך , " איך בכלל נישט קיין שאלה אז דו טארסט נישט מבטל זיין פון דיין קביעות פון דיין שיעור ..."
" און דער רב האט שטערקער ערקלערט זיינע רייד , " פריער ווען איך האב געמיינט אז איר רעדט פון איין טאג האב איך געהאט א קלארע פסק פון דעם חזן איש זי " ע . א תלמיד חכם פלעגט יעדע נאכט פארלערנען א שיעור אין רמת גן , א געגנט נעבן בני ברק . ער פלעגט יעדן טאג נעמען די באס אהין , אבער איין נאכט האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן , און די באסעס זענען נישט געפארן יענע נאכט . די איינציגסטע וועג אנצוקומען אהין איז געווען צו כאפן א לאנגע שפאציר אהין , און נאכדערצו ווען ער האט נישט געקענט גלייבן אז אין אזא שלאקס רעגן וועט אנקומען מער פון איין איד .
און די פסק פון דעם חזן איש
122 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024