11 6 24 | Page 121

איז געווען , אז אפילו עס וועט זיין נאר איין איד איז ער מחיוב צו גיין מיט מסירת נפש פארלערנען דעם שיעור ".
דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר ' זלמן , און נאכאמאל אויסגעפירט , " ווען איך האב געמיינט אז עס איז פאר איין נאכט האב איך נאך געהאט א ספק , אבער ווען איך האב פארשטאנען אז דו וועסט פאר דריי וואכן ארבעטן פון צופרי ביז אינמיטן די נאכט פאר דעם דינער , איז מיר נישט קיין ספק אז דו טארסט נישט מבטל זיין דיין שיעור ".
און מיט אזא קלארע פסק איז ר ' זלמן אריבערגעגאנגען צו די הנהלה פון די מוסד . זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה און זיי האבן געמוזט מוותר זיין אויף דער טויגליכער און באליבטער ר ' זלמן גפן .
ר ' זלמן האט גוט געשפירט די שמחה פון טון די ריכטיגע זאך , אבער דאך איז ער יעצט געבליבן מיט א לאך פון אפאר טויזענט דאלער וואס ער האט גערעכנט אז ער וועט אריינקומען פאר זיין משניות פראגראם .
אבער דער אויבישטער האט זיך זיינע וועגן . ר ' זלמן האט אפאר חדשים פריער פרובירט צו מאכן קאנטאקט מיט א גרויסע עושר , און אים פרובירט אנווארעמען צו באצאלן פאר א גאנצע יאר די יונגעלייט וואס לערנען די משניות לעילו נשמת די נשמות וואס האבן נישט ווער עס זאל לערנען פאר זיי . אבער יענער האט אים אפגעווארפן מיט די אויסרייד אז יעצט איז ער
זייער אנגעשטרענגט .
ר ' זלמן איז נישט ניי אין דעם פעלד פון שאפן געלט , און ער ווייסט שוין גוט וואס עס ליגט רוב מאל אונטער אזא סארט תירוץ . ביי די רייכע לייט מיינט די ווערטער , ' גיי אוועק פון מיר , און לאז מיר אפ מיט דיינע צוועקן '.
ר ' זלמן האט שוין אויסגעמעקט דעם נאמען פון זיין ליסטע , פארשטייענדיג אז פון אים וועט ער שוין גארנישט באקומען , אבער דא האט ער אין די טעג פארן דינער אויפגעהויבן נאכאמאל א טעלעפאן צו יענע עושר , און געבעטן אויב ער מעג אריבערקומען .
צו זיין שטוינונג האט דער גביר אים אויסגעהערט , און ער האט מסכים געווען צו הערן מער דעטאלן פון דעם פראגראם , און פארשטיין ווי א גרויסע זכות עס איז צו שטיצן די לומדי משניות .
ר ' זלמן איז עטליכע טעג שפעטער אריבער צו יענעם אין געשעפט . ער איז געקומען גוט צוגעגרייט מיט בריוו ' ן , צעטלעך , און דאקומענטן .
רוב מאל וועלן די עשירים צימבלען און פרעגן אומצאליגע
שאלות , פאר זיי עפענען זייער טאש . אבער דא האט דער גביר אפילו נישט געווארט צו זען די יערליכע ציפערן פון אינעווייניג , ער האט נאר געוואלט וויסן וויפיל געלט ר ' זלמן וויל , און גלייך ארויסגענומען זיין טשעק ביכל .
ר ' זלמן האט געגעבן די גאנצע סכום וואס ער וואלט פארדינט פון דעם דינער , די סכום אויף וואס ער האט זיך יעצט גערעכנט , און אן קיין צעגערנישן האט דער גביר ארויסגעשריבן די גאנצע ' אכט און א האלב טויזנט דאלער ' און מיט א שמייכל עס דערלאנגט פאר ר ' זלמן .
ר ' זלמן האט איבערגענומען דעם טשעק און ווארעם באדאנקט דעם גוטן שליח פונעם אויבערשטן אליין , ווייל עס איז נישט קיין ספק אז השי " ת באצאלט שכר פאר די וואס טון זיין ווילן .
•••
אז געלט איז באשערט פאר א מענטש וועט עס אנקומען צו אים . ווילאנג ער טוט וואס ער דארף , קען ער זיין פארזיכערט אז אלעס וואס איז אנגעשריבן פאר אים וועט שוין טרעפן די וועג צו אים . דערפאר איז א שאד צו פארמינערן פון תורה , ותפילה ומעשים טובים כדי צו פארדינען מער געלט אדער סיי וואס .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 121