11 6 24 | Page 12

סקרעפ – א חידוש פאר ' ן היים אייגנטומער

אין גוטע נייעס פאר תושבי וויליאמסבורג , גייט '' סקרעפ '', אנפאנגען צו סערווירן היזיגע איינוואוינער מיט זייערע סערוויסעס .
'' סקרעפ '', וועלכע איז א גאר פאפולערע פירמע וועלכע סערווירט שוין בארא פארק , מיט א גרויסע באזע פון גאר צופרידענע קליענטן , איז דא מיט איין ציל : זיכער צו מאכן אז איר דארפט מער גארנישט זיין פארנומען מיט אייער גארבידזש . איר קענט לאזן די אלע גארבידזש אויפגאבעס אויף אונזערע פלייצעס ,
די סערוויסעס פון סקרעפ רעכנט אריין , סיי ארויסנעמען די גארבידזש צו די קורב , ווען ס ' איז די באשטימטע צייט פאר די הויז . אזוי דארף די בעה '' ב נישט נעמען קיין שום עול צו געדענקן ווען מ ' דארף עס טון און זיך נישט שמוציג מאכן און שלעפן בעגס און קענס . די גאנצע עול איז אויף אונז . אזוי אויך איז אריינגערעכנט אין דעם זיכער מאכן אז די פארנט פון די הויז איז אייביג ריין פון גארבידזש . אונז וועלן אלעס לייגן שיין מסודר און מסדר זיין און צוזאמלייגן די באקסעס אא '' וו .
אזוי אויך געבן מיר זיך אפ מיט אלע אנדערע טאג צו טאג מעינטענעס געברויכן פון פארנט פון אייער הויז , א שטייגער ווי אוועקבלאזן די בלעטלעך , שארן די שניי און נאך .
סקרעפ פאר יעדן
אזוי ווי אין שטאט זענען פאראן פארשידנארטיגע היים אייגנטומער א שטייגער ווי פריוואטע הייזער , פיר פעמעלי קאנדאס און דערנאך גרעסערע קאנדא בילדינגס , לאמיר צונעמען וויאזוי סקרעפ קומט צונוץ פאר יעדן באזונדער .
ביי א פריוואטע היים נעמען מיר פשוט אראפ די עול פונעם בעה '' ב און מיר נעמען עס אויף עס פולקאם אויף אונזער אחריות .
ביי די פיר / פינף פעמעלי קאנדאס איז עס אויך זייער נוצבאר וויבאלד בדרך כלל גייען זיך שכנים צוטיילן ווער ס ' נעמט קעיר
פון די גארבידזש , א יעדע חודש צו וואך א צווייטע , און ס ' איז א שטיקל אומבאטעמטע עסק צו זיין פארנומען מיט יענעמ ' ס גארבידזש ... אזוי אויך איז עס דאך אסאך מער גארבידזש ווי א פריוואטע הויז און ממילא קען אזעלכע קאסטומערס מורא ' דיג פארדינען . ס ' קאסט אויך אסאך ביליגער ווייל די בעלי בתים קענען זיך צוטיילן צווישן זיך און ס ' קומט אויס א פערטל די פרייז .
ביי גרעסערע בילדינגס איז בדרך כלל דא מענעדזשמענט קאמפאניס , וואס נעמען קעיר דערפון . יעצט אויב וויל א מענעדזשמענט קאמפאני אראפנעמען דעם עול און עס איבער געבן פאר אונז , זענען זיי מער ווי וועלקאם , און אונז האבן ספעציעלע פרייזן פאר אזעלכע גרעסערע קאנטראקטס .
א נייע געדאנק וואס לוינט צו אויספרובירן ...
'' סקרעפ '' איז א שטיקל נייע געדאנק , אבער אדרבה פרובירט עס אויס , און גענוי ווי אונזערע צענדליגע גאר צופרידענע קאסטומערס , וועט איר בעז '' ה קיינמאל נישט חרטה האבן , אז איר האט אראפגענומען דעם עול פון קאפ . שטעלט אייך פאר בעפאר ס ' איז געווען אזא זאך ווי הויז רייניגערינס וואלט דאך געווען א מוראדיגע חידוש , אריינצונעמען איינער צו רייניגן די אייגענע הויז ... למעשה היינט איז עס די פשוט ' סע זאך און מ ' קען ניטאמאל טראכטן קיין צווייטע וועג . דא אויך , איינמאל איר וועט עס פרובירן וועט איר זיך אליין איבערצייגן אין די מעלות פון די סערוויסעס און איר וועט זיך פרייען אז איר האט אראפנעמען די אלע אויפגאבעס פון אייער קאפ .
די נייע גיידליינס
אזויווי די סעניטאציע דעפארטמענט גייט אין די קומענדיגע צוויי וואכן אנהייבן צו אינפארסירן די נייע גיידליינס , וועלן וויליאמסבורגע הייזער וואס ווערט גענומען דריי מאל א וואך די גארבידזש דארפן זיין פארנומען דערמיט פיר און צוואנציג מאל א חודש , וועט סקרעפ אראפנעמען די גאנצע עול פון אייער קאפ פאר גאר צוגענגליכע פרייזן , וואס עס איז א שאד צו זיין פארנומען דערמיט אליינס ווען פאר אפאר דאלאר קענט איר זיין רואיג א גאנצע חודש אן זיך ארומשלעפן מיט די גארבידזש דאגות א גאנצע חודש .
929.727.9222 scrapcare . com info @ scrapcare . com
12 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024