קאסטומייזען אונז א מאלצייט פלאן באזירט אויף וואס איר האט ליב און אייער ספעסיפישע סקעדשול און געזונט צושטאנד . מיר וועלן אייך באגלייטן און ארומטוישן זאכן אויב עס ארבעט נישט ווי געוואונטשן .
אזוי וויכטיג ווי די ערשטע וויזיט איז , אזוי וויכטיג איז די וועכנליכע . follow up די מענטשן וואס האלטן עס אן און קומען צוריק יעדע וואך אפילו זיי האבן געהאט א " שלעכטע " וואך , די זענען די וואס באקומען די בעסטע רעזולטאטן .
וואס זענען זאכן וואס כאפן אייער קליענטן אין איבערראשונג ?
אז מענטשן קענען פאקטיש עסן נארמאל , עסן געהעריגע עסן און נאכאלץ פארלירן וואג . אנהאלטן צו א געזונטע דיעטע קען זיין געשמאק !
וואס איז עפעס וואס ברענגט אייך הנאה אלץ נוטרישאניסט ?
זען וויאזוי א טויש אין מענטשנ ' ס לעבנסשטייגערס טראנספארמירט זייער גאנצע לעבן ! עס איז נישט נאר וואג , מענטשן קאנפידענס און זעלבסטווירדע און אפילו ענערגיע קען זיך אינגאנצן טראנספארמירן פון דיעטע .
אינספארירנד ! וואס טראכט איר איז די סיבה פארוואס אמעריקאנער זענען איבערוואגיג ?
אונזער לעבנסשטייגער איז נישט ווי עס פלעגט זיין . אונז דארפן מער נישט ארבעט דורך טון פיזישע labor א גאנצע טאג . אנשטאט דעם זיצן מיר אויף איין פלאץ , און אפט עסן מיר ערגעצוואו אין די געלויף פון די טאג טעגליכע פליכטן אן זיך אראפזעצן צו מאלצייטן און הנאה האבן פון די עסן . אונז עסן אסאך שטארק פראסעסט עסן אנשטאט נאטירליכע עסן וואס וואקסט פון די ערד .
וויאזוי זאל א מענטש וויסן וואס זיין געזונטע סייז איז ?
עס זענען דא עטליכע פאקטארן וואס מען נוצט צו באשטומען א געזונטע וואג , וואס קען ווערן איבערגעשמועסט מיט א דאקטער אדער א דיעטישאן .
וואס איז די גרעסטע " ניין " ווען עס קומט צו פארלירן וואג ?
עס איז נישט דא קיין זיכערע " ניינס " אבער עס
זענען דא זאכן וואס מוז ווערן געצוימט . צום ביישפיל , געצוקערטע געטראנקען זענען אפט א באהאלטן קוואל פון ליידיגע קאלעריעס און קען אפט זיין אנגעפולט מיט קעפיען . דאס רעכנט נישט אריין בלויז סאדע אבער עטליכע ענערגיע דרינקס אויך . אויב איינער פלאגט זיך צו פארלירן וואג , זאל וואסער זיין אויסוואל פון געטראנקען .
וואס מיינט ליידיגע קאלעריעס ?
קאלעריעס וואס געבט דיר נישט קיין שום נאטרישאן , דאס מיינט עס איז ליידיג פון וויטאמינען און מינעראלן .
וואס זענען זאכן וואס שפילט א גרויסע ראלע אין א מענטש ' ס אלגעמיינע געזונט ?
חוץ דיעטע , פארמאגט שלאף א ריזיגע ראלע אין געזונט . אויב איינער שלאפט נישט וועלן זייערע שטאפלען פון ( hunger-fullness זאטקייט ) ווערן צעמישט . אין צוגאב צו דעם , סטרעס ( און וויאזוי ער האנדלט מיט סטרעס ) קען שפילן א ראלע אין מענטש ' ס געזונט . אונז ווייסן אז מענטשן וואס האבן כראנישע סטרעס האבן מער שאנסן צו ליידן אויף פארשידענע דעזיזעס רח " ל .
וואלט איר רעקאמענדירט אייער טאכטער צו זיין א נוטרישאניסט ?
איך וויל מיינע טעכטער זאלן טון וואס זיי האבן ליב . זיי דארפן טון עפעס וואס זיי האבן א שטארקע טרייב קראפט צו מצליח זיין . איך גלייב אין די אויסדרוק : you Do what
. love , and never work a day in your life
צי דאס איז נאטרישאן אדער עפעס אנדערש , וויל איך בלויז , אזויווי יעדע אנדערע מאמע וויל , אז מיינע קינדער זאל זיין צופרידן !
א גרויסן יישר כח פאר אייער צייט !
•••
מרת . וואלקאפסקי געזעגנט זיך נישט פון די ליינער ! פאר סיי וועלכע פראגע אנבאלאנגט נוטרישאן און דיעטע שיקט עס אריין צו fax
718-384-5563 אדער רופט -718-599 3444x3 און עס וועט געענטפערט ווערן
דורך מרת . וואלקאפסקי אין די ראמען פונעם ! Shopper ' s Route
112 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024