2
2
גוט רעדן אדער גוט הערן ?
ווען מיר זאלן פרעגן מענטשן די שאלה , " וואס איז די וויכטיגסטע זאך וואס א מענטש דארף ענטהאלטן כדי צו האבן א געזונטע קאמיוניקעשאן מיט יעדן איינעם וואס ער באגעגנט אין זיין לעבן ?" וועלן מאנכע ענטפערן אז איינער וואס איז א גוטע רעדנער , א גוטע שמועסער- ער קען גוט אויסשטעלן זיינע ווערטער און ארויסברענגען קלאר וואס ער וויל און נאכדערצו צולייגן א שמייכל און א ווערטל- ער האט די וויכטיגע באשטאנדטיילן וואס מען דארף האבן צו זיין א גוטע קאמיוניקעטאר .
אבער דער אמת איז , הגם וואס די אויבנדערמאנטע מעלות זענען טאקע נישט אוועקצומאכן , איז נאכמער וויכטיג צו זיין א גוטע הערער ווי איידער א גוטע רעדנער …
לויט אלע שטודיעס ווערט אנגעוויזן אז די הויפט אורזאך פארוואס מענטשן האבן שוועריגקייטן ווען עס קומט צו קאמיוניקעשאן איז ווייל זיי זענען טאקע אויסגעצייכנט אינעם פאך פון רעדן אבער האבן גאר שוואכע קענטעניסן ווען עס קומט צו די פאך פון אויסהערן , און מיר וועלן נאכאמאל אונטערשטרייכן " די פאך פון אויסהערן ", ווייל אויב ווייסט מען נישט וויאזוי מען דארף אויסהערן א צווייטן שטעלט זיך ארויס אז דער הויפט יסוד פון קאמיוניקעשאן פעלט .
לאמיר דעריבער ווידמען די קומענדיגע ארטיקל פאר 5 וויכטיגע יסודות פון ריכטיג אויסהערן א צווייטן . אפילו אין די נישט אידישע וועלט , להבדיל , ווייסט מען אויך צו זאגן די חילוק פון . Active and Passive Listening
ווען מ ' באגעגנט א נאנטע ידיד- און נישט בלויז איינעם וואס מ ' טרעפט נישט אזוי אפט און די שמועס איז נאר דורכגייענדיג- איז קריטיש וויכטיג זיך צו באקענען פונדערנאנט מיט די פאלגנדע 5 יסודות כדי מען זאל ריכטיג פארשטיין די ארבעט און טאלאנט פון קענען אויסהערן א צווייטן .
'' דערהערן '' יענער זאל זען אז מ ' וויל אים אויסהערן .
מיר דארפן געדענקען אז דער ריכטיגע וועג אויסצוהערן א צווייטן איז נישט בלויז מיט די צוויי אויערן . דער וועלכע רעדט צו אייך זוכט אייער פול אטענשאן . אייער באוועגונג
שרייט ארויס צי איר זענט 100 % דערביי יענעם אויסצוהערן- און דערהערן- אדער הערט איר יענעם אויס נאר אלץ טובה .
טייל וועלן גרייזן און מיינען אז יענער כאפט בכלל נישט צו איך הער אדער דערהער , אבער דאס איז באמת א טעות
טערמינען :
-Active Listening ווען מען טוט עפעס צו ווייזן אז מען דערהערט . ( די 5 יסודות זענען ביישפילן פון דעם )
-Passive Listening ווען מען הערט איינעם אויס סתם אבי .
און איז דער ערשטער יסוד פון פירן א געשפרעך מיט א צווייטן .
איבערשמועסן יענעמ ' ס געדאנק .
אויב ווילט איר ווייזן פאר אייער פריינט אז איר הערט אים באמת אויס , נישט בלויז מיט ' ן ציל צו קענען ווייטער ענטפערן , איז גאר וויכטיג אז נאך איידער איר ענטפערט אים צוריק , זאלט איר אים איבערזאגן א קורצן אינהאלט פון זיינע ווערטער און אים פרעגן צו דאס האט ער טאקע געוואלט זאגן . מיט דעם וועט איר אים ווייזן אז איר רעכנט זיך זייער מיט זיין מיינונג .
ארויסווייזן אינטערעסע צו יענעמ ' ס ווערטער .
וויאזוי ? מיט דעם אז מען פרעגט א פראגע וואס די ענטפער איז נישט בלויז א יא אדער א ניין . אזוי איבערצייגט מען דער רעדנער אז מען איז אינטערעסירט נאך ברייטער אויסצוהערן וואס ער האט צו זאגן .
ביישפילן פון אזעלכע שאלות זענען , " מיינסט צו זאגן דאס און דאס ?", " פארוואס האלסטו אזוי ?" א . ד . ג .
באשטעטיגן יענעמ ' ס מיינונג .
אפילו איר זענט נישט איינשטימיג מיט יענעמ ' ס מיינונג און איר גרייט זיך יעצט צו ענטפערן גאר די פארקערטע , מוז דאס גיין מיט א הקדמה פון צולייגן א גוטע געדאנק
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 121