באקומען א פרייע טיקעט צו קענען אנקומען אהיים קיין ענגלאנד און דארט פארזעצן אלס אינוואליד , ווייל דארט איז נישט פאראן די רעפארט פון די אמעריקאנער אינשורענס קאמפאני .
נאך עטליכע טעג פון ווען ער האט באקומען די טרויעריגע נייעס פון זיין אדוואקאט , איז ענדי אריבער צו זיין אידישע פריינט מיסטער בורגער און זיך אויסגערעדט צו אים , דערציילנדיג די גאנצע געשיכטע און בורגער איז געווען היבש שאקירט פון די סענזאציע און ער האט געוויסט צו דערציילן , אז די פרייוועט אינוועסטיגעשאן פירמע פון מעקנעהעם , האבן שוין אמאל געפירט אן אינוועסטיגעישאן קעגן איינע פון די האטעלס וואס איז אונטער זייער פארוואלטונג , ווען דארט האט אויסגעבראכן א פייער און טראץ דעם וואס זיי האבן נישט באוויזן צו געפונען קיין פעלערס אין די פייער אינשורענס קלעים וואס איז צוגעשטעלט געווארן צו די אינשורענס קאמפאני , געדענקט ער אבער , אז ס ' איז געווען זייער שווער צו ארבייטן מיט מעקנעהעם און זיינע אגענטן , וועלכע האבן אנגעפירט א אינטענסיווע אינוועסטיגעישאן קעגן זיי .
בורגער האט אים בלויז געקענט בארואיגן , אז ער האט באקומען גאנץ א גוטע אפערירונג פון די אינשורענס קאמפאני ווי אזוי צו שליכטן די קעיס און נאך עטליכע טעלעפאון קאלס צו סעמיועל ראבינאוויץ , מיט וועם ער איז געווען זייער גוט באפריינדעט און ער האט אים טאקע צוגעשטעלט דעם דאזיגן אדוואקאט , האט בורגער געקענט בארואיגן ענדי מיט א זיכערקייט , אז ער דארף נישט מורא האבן פון קיין קרימינאלע פעדעראלע קלאגעס קעגן אים .
ענדי האט אבער געהאט זיינע פאביעס , אז ער וועט נישט קענען באצאהלן די בילס פון סעמיועל ראבינאוויץ און אזוי וועט ער גיין געבראכן פינאנציעל . אבער בורגער מיט זיי אידישן קאפ , האט אים באוויזן צו איבערצייגן , אז ער האט גענוג געלט צו קענען אנגיין מיט זיין לעבן און פאמעליך צו באצאהלן די ביל פון ראבינאוויץ און ענדיגן דערמיט וואס גיכער און פון די אנדערע זייט שטייט אים דא די פאטענציאלע געלעגנהייט צו פארדינען פון די אינוועסטמענט וואס ער
האט שוין געמאכט אין אולסטער הייטס , ניו יארק און אזוי האט ער אים געמוטיגט און בארואיגט , ערקלערנדיג , אז ס ' איז נישט ווערט אויפצוגעבן אזוי גיך , ווען מ ' זעהט זיך אין א פראבלעם און א מענטש דארף זיך שטארקן און זיך ווייטער דערהייבן און אנגיין ווייטער , טראץ די שווערע לעקציע וואס מ ' האט זיך אנגעלערנט .
אזוי האט ענדי אנגענומען די ראט פון בורגער , אז אזוי ווי ער האט שוין געקויפט עטוואס פראפערטי אין ניו יארק און ער האט שוין אנגעהויבן דארט איינצופלאנצן , לוינט זיך אים דא צו פארבלייבן און זעהן די ערשטע וואוקס פון זיינע פלאנצונגען און אזוי אויך איז ער דערווייל אין א גוטע סטאטוס , ווייל די נעוועלע גרענד האטעל איז אויסערגעווענליך צופרידן פון אים .
בורגער האט אים דערפאר בארואיגט , זיך צו שטארקן איבער זיינע געדאנקען און פארבלייבן אין אפסטעיט ניו יארק און קאנצעטרירן זיין צוקונפט אויף ווייטערע אינוועסטמענטס , ווייל לויט זיין מיינונג , איז אפסטעיט ניו יארק א פלאץ פון אויסער געווענליכע געלעגנהייטן , פאר די וועלכע ווילן דא בלייבן וואוינען און ארבייטן שווער צו פארדינען געלט .
בלויז די אויסער געווענליך מוט און דרייסטקייט וואס ענדי האט באקומען פון דעם אידישן ביזנעס מאן מיסטער בורגער , האט אים געגעבן די שטארקייט און קוראזש צו פארבלייבן אין אפסטעיט ניו יארק און אנגיין מיט זיין ווירטשאפט .
נאך עטליכע וואכן האט ענדי ענדליך באקומען די ענדגילטיגע דאקומענטן פון די אינשורענס קאמפאני אין וועלכן ס ' איז געווען פארשריבן די עגרימענט וואס זיי האבן געמאכט מיט זיין אדוואקאט צו ענדיגן די קעיס און איצט איז ער שוין געווען פולשטענדיג פארזיכערט , אז ער ווערט טאקע מער נישט אנגעקלאגט און ער דארף נישט מורא האבן צו בלייבן אין אמעריקע .
מיט גרויס פרייד איז ער ווייטער אריבער צו מיסטער בורגער און אים איבער געגעבן די פרייליכע נייעס , אז די קעיס איז שוין געשליכטעט און פארענדיגט און ער האט מער נישט די פאניק פאביעס , אז ער וועט
146 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024