מעגליך האב פראבלעמען מיט די אינשורענס קאמפאני אדער גאר מיט די גאווערמענט .
בורגער האט אים גלייך אנגעהויבן צו ווייטער מאטיוויזירן און אים איבער רעדן צו נעמען יעדע ביסל געלט וואס ער האט און דאס אינוויסטירן אין פראפערטיס דארט אין די געגנט און ארום .
ער האט אים ווייטער ארום געפירט און געצייגט פראפערטיס , ביז זיי זענען אנגעקומען צו די באקאנטע באנגעלאו קאלאני אין פארקסוויל , ניו יארק . וואס איז געווען היבש פארלאזט אבער נעבן דעם איז געשטאנען א געשמאקע הייזקע , וואס האט נישט געדארפט צו קומען צו קיין רענאוואציעס און ס ' איז געווען גרייט אריין צו מופן דערין גלייך .
נישט ווייט פון דארט , אויך אין פארקסוויל , איז געווען די " סאמווער אין טיים " פארם , פראפערטי , וואס איז געווען אין א באנקראטישע צושטאנד און די באנק האט נישט געקענט געפונען קיין פאסיגע קליענט דערפאר און זיי זענען ביידע געשטאנען פארפיסטעוועט און אין א קאמף צווישן די באנק און די קאונטי , פאר וועם ס ' קומט זיך די פראפערטיס .
די קאונטי האט געטענה ' ט , אז די טעקס געלטער וואס מ ' איז שולדיג געבליבן פאר זיי שטייגט איבער די מארגעדזש פון די באנק און די באנק האט געהאלטן אין איין פארהאנדלען און מאכן עגרימענטס מיט די קאונטי צו באצאהלן טייל פון די שולדיגע טעקס און די איבעריגע זאל אפגעווישט ווערן און אזוי איז געקומען צו א סיטואציע וואס די באנק האט מער נישט אנערקענט , אז ס ' לוינט זיך פאר איר צו האלטן די פראפערטיס און זיי האבן געזוכט דעם פאסיגן קליענט וועלכער וועט געבן סיי וועלכע אנערקענדע ביד דערויף .
ענדי איז געווארן גוט אנגערייצט אויף די דאזיגע צוויי פראפערטיס און ער האט אנערקענט , אן ערנסטע פאטענציאל אויב ער באקומט דאס פאר א גוטע פרייז .
מיט די הילף פון מיסטער בורגער האט ער אנגעהויבן צו דערשמעקן וואס וועט זיין די בעסטע אפער וואס די באנק זאל וועלן אנעמען און גלייכצייטיג די בעסטע דיל מיט די קאונטי צו עלימינירן דעם אלטן טעקס חוב
אויף די צווי פראפערטיס .
ענדליך האט ער זיך דערוויסט , אז פאר א נישטיגע סומע פון עטליכע צענדליגע טויזנטער דאלאר קען ער זיין דער אייגענטימער פון די פארם און פאר קוים זעקס טויזנט דאלאר קען ער ווערן די אייגענטימער פון די הויז מיט די דערנעבענדיגע באנגעלאו קאלאני .
ביז איצט האט ענדי זיך אפגעהאלטן פון בעטן סיי וועלכע הילף פון זיין טאטע אין אמסטערדאם , טראץ דעם וואס ער האט אים עטליכע מאל אנגעבאטן זיין פינאנציאלע שטיצע און גאר לעצטנס , זינט ער איז אריין געפאלן מיט זיינע פראבלעמען צוליב די אינשורענס קלעים , האט ער זיך גענצליך געשעמט צו מעלדן פאר זיין טאטע איבער די סיטואציע און ער האט זיך נישט געשריבן מיט אים קיין בריוון דורכאויס די גאנצע צייט ביז די קעיס איז געשליכטעט געווארן .
איצט נאך די גרויסע דורכפאל און ענדע פון זיינע חולומות צו באקומען די פאנטאסטישע סומע פון די אינשורענס קאמפאני , האט ענדי אנערקענט , אז ער האט דא א זעלטענע געלעגנהייט , אבער ער האט נישט גענוג קיין אייגענע געלט דאס צו אויספירן , ווי לאנג ער מוז צאהלן מאנאטליך , זיין בילס פאר סעמיועל ראבינאוויטץ .
ס ' איז ענדליך אנגעקומען די פרילינג און זומער סעזאן און ענדי איז אראפ צו זיין פעלד און אנערקענט , אז ס ' איז ארויס געוואקסן דארט גאר גוטע קוואליטעט פון ווייץ און אויך די פרוכט ביי די אנדערע טייל פון זיין פעלד .
ער האט באוויזן צו מאכן עטוואס געשעפטן און פארקויפן אלסדינג וואס דארט איז געוואקסן פאר גאנץ א גוטע פרייז . אבער האט זיך גאר גיך געלערנט , אז די ערשטע עטליכע יאר פון א פארם אייגענטים , איז נאך נישט פאראן קיין ערנסטע פראפיטן און דאס געלט וואס קומט אריין מוז ווייטער אינוועסטירט ווערן צו באארבייטן ווייטער די פעלדער , אז ס ' זאל ארויס געבן גוטע פראדוקציעס .
ענדי האט טאקע געהאט איצט עטליכע זייטיגע דאלארן פאר טאשן געלט אבער ס ' איז נאך נישט געווען גענוג צו קענען
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 145