פינאנצירן זיין נייע אינוועסטמענטס אין פארקסוויל ניו יארק .
ער האט זיך דערפאר געבראכן און אפגעשריבן א לענגערע בריוו צו זיין טאטע קיין אמסטערדאם , מיט אויסגעמאלענע מאפס פון די פראפערטיס אין פארקסוויל און אלע זייערע איינצעלהייטן און דעטאלן . ווי אויך די פרייזן פארוואס מ ' קען דאס באקומען .
דזשסעף האט זיך פונקט געפונען אין טעג פון פאניק און אנגעצויגנקייט אין אמסטערדאם , צוליב לעצטערע נייעס וואס ער האט ווייטער געהערט איבער מאסיווע געיעגן נאך געוועזענע נאציס און זייערע קאלאבאראנטן . ער האט אויך דערהאלטן א פוילישע צייטונג וואס ער האט באקומען פון געוויסע פוילישע אימיגראנטן אין אמסטערדאם . די דאזיגע צייטונג איז גראדע נישט געווען פון קיין לעצטערע דאטום , נאר ס ' איז גאר געווען פון כמעט צוויי יאר פריער און דארט איז געווען א ליסטע פון געזוכטע דייטשע קאלאבאראנטן אין פוילן , וואס צווישן זיי האט ער אויך געפונען זיין נאמען , מיט אן אומקלארע אלטע פאספארט בילד .
די דאזיגע אלטע צייטונג האט אים אריין געטריבן אין שרעק און אין פאניק , טראץ דעם וואס דאס איז נישט געווען קיין לעצטיגע נייעס און ס ' איז אויך נישט געווען פון די לאקאלע צייטונגען אין האלאנד .
וויבאלד ער האט דער האלטן דעם בריוו פון זיין זון האט ער אים באלד צוריק געענטפערט , אז ער איז גרייט שוין איצט צו קומען קיין ניו יארק און זיך פאראייניגן מיט אים און ער האט גרייט פאר אים דאס גאנצע געלט וואס ער דארף .
ענדי האט קאנפירמירט מיט זיין טאטע , אז ער ערווארט , אז ער זאל אנקומען קיין ניו יארק ווי אמשנעלסטנס און דערווייל גייט ער אנהויבן צו פארענדיגן די געשעפט מיט די באנק .
דאס ערשטע האט ענדי אויסגעהאמערט א דיל איבער די באנגעלאו קאלאני און אראפ געלייגט א דעפאזיט דערויף און דערנאך האט ער אויסגעווארט עטליכע וואכן ביז זיין טאטע וועט אנקומען קיין ניו יארק אבער דערווייל האט ער ווייטער פארהאנדלט מיט
די באנק ביז ער איז אנגעקומען צו די בעסטע מעגליכע דיל איבער די פארם .
אבער די דיל איבער די באנגעלאו קאלאני איז פארענדיגט געווארן בלויז א קורצע צייט נאכדעם , נאך איידער דזשסעף איז אנגעקומען קיין ניו יארק , ווייל ער האט זיך אויסגענומען מיט ענדי , אז ער קומט בלויז צו אים אויב ער וועט שוין האבן א באלדיגע ארט וואס וועט זיין אן אייגענער היים פאר זיי .
אזוי האט ענדי געמוזט ענדיגן די דיל איבער די באנגעלאו קאלאני און ער האט געהאט צוגעגרייט די היים ווי זיין טאטע וועט זיך קענען אריין ציען צוזאמען מיט אים וואוינען וויבאלד ער וועט אנקומען קיין ניו יארק .
ענדליך איז דער אלטער דזשסעף אנגעקומען קיין ניו יארק סיטי און זייענדיגע א עמטליכער האלענדישער בירגער , האט ער באקומען לייכט אן איינטריט וויזא צו קענען אריין קומען קיין אמעריקע און די פאקט , אז ענדי האט שוין געהאט א טעמפארערי בירגער שאפט און דאקומענטן צו קענען פארבלייבן אין אמעריקע , האט צוגעהאלפן פאר דזשסעף צו קענען אנהויבן מיט זיין פראצעדור פון ווערן אן אמעריקאנער בירגער .
וויבאלד דזשסעף איז אנגעקומען קיין ניו יארק האט ער ארויס געשלעפט פון טערמינאל עטליכע שווערע שאכטלעך , וואס ער האט מיט געברענגט פון אייראפע און ער האט זיך טאקע געדארפט אפשטעלן דערמיט ביי די קאסטומס טשעק פוינט אין טערמינאל און זיי האבן אים געהייסן עפענען עטליכע פון די שאכטלען . אבער אזוי ווי דארט איז נישט געווען קיין נייע ווערטפולע סחורה האט דזשסעף באוויזן איינצורעדן די קאסטומס באאמטערין , אז דאס איז אלסדינג סענטימענטאלע פאמיליע ארטיקלען וואס ער האט מיט געברענגט פון אייראפע און אזוי האט ער באוויזן דורך צו גיין די אמעריקאנער גרענעץ קאנטראל מיט די גאנצע אידישע רויב וואס ער האט פארמאגט מיט זיך .
ענדי האט אים אפגעווארט אין פארט און אים געפרעגט מיט גרויס וואונדער , וואס איז די באדייט פון די אלע טראנקס און
144 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024