שאכטלען וואס ער האט מיט געברענגט מיט זיך . אבער גלייך האט ער זיך אנגעשטויסן אין א מאדענעם ענטפער פון זיין טאטע , אז דא ליגט פריואטע ארטיקלען מיט פולע סענטימענטאלע ווערט און ער ערלויבט אים נישט דאס צו באדערן און בלויז ווען ס ' וועט קומען די ריכטיגע געלעגנהייט און ער וועט האבן גענוג צייט וועט ער זיך אוועק זעצן מיט אים און גענוי ערקלערן די היסטאריע פון יעדע ווערטפולע זאך באזונדער .
ס ' איז געווען א לענגערע וועג פון ניו יארק סיטי ביז קיין פארקסוויל און ענדי איז געווען ווייטער זייער גוט אויפגעלייגט צוליב די באגעגעניש מיט זיין טאטע מיט וועם ער האט זיך ענדליך פאראייניגט און ער האט ווייטער פרובירט צו כאפן א שמועס מיט אים און אים פרעגן ווי אזוי ער האט באוויזן אפצוראטעווען אזוי פול ווערטפולע ארטיקלען און דאס ארויס ברענגען דורכאויס די מלחמה פון אונטער די נאצישע קאנטראלירטע פוילן .
אבער דזשסעף האט זיך ארויס געדרייט און אים ערקלערט , אז דאס איז אלסדינג היסטארישע געשיכטעס איבער וועלכע זיי וועלן נאך האבן גענוג צייט צו רעדן און צו שמוסן אין די צוקונפט .
ענדי האט אים פרובירט צו דערציילן , אז ער האט גאר געמאכט שיין געלט פון דערציילן זיין היסטאריע פון די צווייטע וועלט מלחמה , אין די נעוועלע גרענד האטעל און די אידישע געסט האבן זיך דערקוויקט מיט זיינע געשיכטעס און ער האט באקומען שיין באצאהלט דערפאר און דערפאר איז מעגליך ראטזאם , אז אויך ער ( דזשסעף ) זאל אנהויבן צו זיין א געשיכטע דערציילער אין די נעוועלע גרענד האטעל .....
דזשסעף איז געווארן זייער ערנסט און זיין געשטאלט איז געווארן רויט ווי פייער און ער האט גערעדט מיט א בייזן טאן און געזאגט , מיר זענען דייטשע אפשטאמיגע און איך וויל נישט זיין באשעפטיגט מיט אינטערטעינמענט פאר יודען .... א דייטשער האט נישט ליב קיין איד און א איד האט נישט ליב קיין דייטשע ......
ענדי האט ווייטער פרובירט צו ערקלערן פאר זיין טאטע ווי שיין די אידן האבן אים
באהאנדלט און ווי גוט ער האט זיך געפונען צווישן זיי און ווי דאנקבאר דער איד מיסטער בורגער איז געווען צו אים און זיך אוועק געגעבן מיט וואס ער האט נאר געקענט אים אריין צו לייגן אין ביזנעס און שטעלן אויף די פיס ......
אבער די בלוט דורשטיגע שנאה קעגן אידישן פאלק האט נישט געקענט ארויס גיין פון דזשסעף און ער האט בלויז געענטפערט , איך האב אויך געארבייט מיט אידן אין האלאנד און איך האב דאס געמוזט טאן צו פארדעקן מיין דייטשע אפשטאם און האס וואס די באפעלקערונג האט קעגן די דייטשע נאך די צווייטע וועלט מלחמה .... איך בין אבער נישט דאנקבאר פאר די אידן אין האלאנד און איך וויל אויסלעבן מיינע יארן , אהן צו האבן די מינדעסטע קאנטאקט מיט אידן און איך האף דאס צו קענען באווייזן אין אפסטעיט ניו יארק , מיט די פרייהייט וואס די יונייטעד סטעיטס שטעלט צו פאר אלע אירע בירגער און מיט די בענעפיטן פון אפזונדערונג פון די מערהייט פון די געזעלשאפט אין אמעריקע , וואס מ ' קען באווייזן פון וואוינען אין די " רואיגע " אפסטעיט ניו יארק .
ענדי האט אנערקענט , אז זיין טאטע איז נישט אין די זעלבע מיינונג ווי אים און ער האט געקענט קלאר זעהן , ווי ער איז בייז אויף אידן און האט קעגן זיי אן אריין געבאקענע אויסערגעווענליכע האס און ער האט געהאפט , אז דאס וועט אים נישט מאכן קיין פראבלעמען אין די צוקונפט , ווען ס ' וועט זיין גאר שווער אויסצומיידן צו האנדלען מיט אידן , ווייל מ ' טרעפט זיי אהן איבעראל אין די ביזנעס טייל פון ניו יארק און פון גאנץ אמעריקע .
ער האט גוט געוויסט , אז די סוחרים מיט וועם ער האט געהאנדלט צו פארקויפן די ווייץ און פרוכט פון זיינע פעלדער , זענען געווען בלויז אידישע בראוקערס און האנדלער און אז ער וועט זיך אריין לאזן ווייטער אין די פארעם ביזנעס , וועט ער נישט קענען אויסמיידן צו האנדלען מיט אידן און דערפאר האט ער געהאפט , אז זיין טאטע וועט זיך ענדליך בארואיגן און באהערשן זיינע געפילן און אנערקענען , אז ווען מ ' איז אין ביזנעס אין אמעריקע מוז מען אויך צו קומען צו אידן און ס ' איז כמעט נישט מעגליך
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 143