11 13 24 | Page 142

צו האנדלען אויסשליסליך נישט מיט אידן .
אזוי זענען זיי ענדליך אנגעקומען קיין פארקסוויל , ווי ענדי האט געצייגט פאר זיין טאטע דעם געקויפטן הויז מיט די דערנעבענדיג באנגעלאו קאלאני און דזשסעף איז געווען זייער צופרידן דערפון און ס ' איז געווען ווייטער זייער מאדנע , ווי דזשסעף איז אראפ צו באטראכטן דעם קעלער פון די הייזקע און ער האט באשלאסן , אז א געוויסע ווינקל דארט אונטן איז גוט געאייגנט פאר זיינע שאכטלעך מיט ווערטפולע ארטיקלען און ער האט דאס אליינס אראפ געשלעפט דארט אונטן און גלייכצייטיג אנגעווארנט זיין זון ענדי , אז ער זאל קיינמאל נישט עפענען די דאזיגע שאכטלען אהן זיין אנוועזענהייט און זיין פערזענליכע ערלויבערניש .
ס ' איז געווען זייער מאדנע פאר ענדי די דאזיגע באנעמונג פון זיין טאטע , וועלכער ווארנט אים מיט אזא שטרענגע שפראך , איבער אנצורירן זיינע געהיימע שאכטלעך , אבער ער האט געוויסט , אז ער מוז זיך צושטעלן צו אים און קאאפערירן מיט זיינע פארלאנגען , אויב ער וויל האבן זיין ווייטערע שטיצע .
דזשסעף איז אויך געווען פארנומען צו
פארלאנגען פון ענדי , אז מ ' מוז שאפן וואס שנעלער א וואך הונטעל וואס זאל דינען אלס וועכטער פון די פראפערטי און ספעציעל אויף די טייערע ארטיקלען וואס ער פארמאגט אין די קעלער און ער האט געלייגט גרויס דרוק און נישט אויפגעהערט צו פארלאנגען פון ענדי , אז ער זאל דאס ערלעדיגן וואס גיכער און דערווייל האט ער בלויז פארמאכט די אריינגאנג צום קעלער מיט א ספעציעלן שלאס און א שטארקע אייזערנעם קייט . אבער בלויז ער האט געהאט דעם שליסל דערצו .
ענדי האט זיך פרובירט צו טענה ' ן מיט זיין טאטע און אים געבעטן , אז ער זאל נישט פארמאכן גענצליך דעם קעלער , ווייל ער מוז אויך האבן צוטריט דערצו . ס ' האט אבער געברענגט דערצו , אז דזשסעף איז בלויז צעווילדעווט געווארן און זיך גענומען שרייען אויף ענדי , אז ער האט נישט קיין רעספעקט צו אים און ער פירט זיך ווי ריכטיגער אמעריקאנער יונג , וועלכע זענען באקאנט מיט זיין אויסערגעווענליכע " חוצפה " צו זייערע עלטערן .... איך בין דיין טאטע ! און איך בין פול עלטער פון דיר און ביי אונז האט מען געלערענט צו האבן רעספעקט ! רעספעקט ! רעספעקט !
בילד פון אריינגאנג צו די סאמווער אין טיים פארעם
142 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024