11 13 24 | Page 141

דזשסעף .
פונעם ערשטן טאג איז דזשסעף באלד באפריינדעט געווארן מיט דעם הונט און ער האט זיך באנומען מיט אים און אים געפיטערט די נויטיגע עסן וואס איז פאסיג פאר אזא הונט און זיכער געמאכט , אז דאס הונט ווערט אפגעהיטן , אזוי האט ער פאמעליך אנגעהויבן צו ווערן זייער צוגעבינדן צו דעם הונט און ער האט אים טרענירט , אז ווען איינער גייט צו צום קעלער אריינגאנג זאל ער זיך נעמען בילן און אים אלערטירן , אז די גרענעץ פון קעלער איז פארלעצט געווארן און בלויז דעמאלט האט ער אראפ גענומען די הערמעטישע שלעסער און קייטן פון די קעלער און זיך פארלאזט , אז דער הונט וועט זיין דער וואס וועט אים מעלדן ווען איינער וויל אראפ גיין און אזוי האט ער געמאכט א געשעפט מיט ענדי , אז זיי וועלן בלויז אראפ גיין צוזאמען אין קעלער . ווייל דאס איז וויכטיג פאר די געזונט פון זיינע נערווען ....
וויבאלד ענדי האט אנערקענט , אז דאס האט גאר צו טאן מיט די נערוון פון זיין אלטן טאטן , האט ער זיך זייער געהיטן און געווען גאר שטארק געווארנט נישט צו
דערנאך האט ער עטוואס אראפ געלאזט זיין טאן און פרובירט צו ערקלערן , אז ער האט מיט געברענגט פולע ווערטפולע זאכן פון פוילן וואס זענען גאר שטארק האקל און ווערטפול און ער וועט דאס מוזן דורכגיין רואיג און פאמעליך און דאס סארטירן לויט זייער עלטער און סענטימענטאלע ווערט .
ביטע פאלג אויס וואס איך זאג דיר , ווייל די אלע זאכן וועלן זיין גאר ווערטפול פאר דיר , ווען איך וועל שוין נישט דא זיין .... האט דזשסעף פארענדיגט זיין מוסר פארציע פאר זיין זון און דערווייל דארף איך זייער שטארק אכטוג געבן דערויף .....
די איינציגע אויסוועג וואס ענדי האט אנערקענט , איז געווען טאקע צו ברענגען א וואך הונט צו זיין הויז און דער טאטע האט ליבערשט געוואלט האבן א באקאנטע דייטשע הונט וואס די נאציס האבן גענוצט , ווייל צו דעם איז ער געווען צוגעוואוינט .
ענדי איז ס ' פעציעל אראפ געגאגנען קיין ליבערטי און דארט איינגעקויפט א דזשורמען שעפערד הונט , ביי די וועטערינאר הויז , ווי ס ' איז געהאלטן געווארן הונט צו אדאפטירן און ער האט דאס אהיים געברענגט פאר
אלטע בילד פון די פארעם אין ווינטער
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 141