טשעפענען זיינע געפילן און טרעטן אויף זיינע אנגעצויגענע נערוון .
פונעם טאג וואס זיין טאטע איז אנגעקומען קיין ניו יארק האט ענדי צייטווייליג אפגעלאזט זיין ארבייט אין די נעוועלע גרענד האטעל און זיך ווייטער אריין געלייגט אין די דיל פון אפקויפן די פארעם און ווען ער האט ענדליך באוויזן צו ענדיגן די דיל מיט די באנק און מיט די קאונטי און ווען אלסדינג איז געווען גרייט צום קלאוזינג האט ער איבער געגעבן פאר זיין טאטע די גענויע ציפער וואס ער דארף צו האבן צו פארענדיגן די דיעל .
דזשסעף איז אראפ צום קעלער אהן קיין צווייפל און ווייטער פארבעטן פון ענדי , אז ער זאל נישט מיט קומען ווען ער וועט עפענען דארט א געוויסע שאכטל , ווי ער האט געהאט אוועק געלייגט געלט און אזוי האט ער ארויס געצויגן פון איינס פון די שאכטלעך , א בייטל מיט געלט , וואס דארט איז געווען אוועק געלייגט עטליכע בינטלעך מיט אמעריקאנער דאלארן .
דזשסעף האט אפגעציילט פאר ענדי די גענויע סומע געלט וואס ער האט פארלאנגט
און דאס איבער געגעבן פאר אים און ענדי האט יענעם טאג פארענדיגט די דיל מיט די באנק און אפגעקויפט די פארעם פראפערטי .
פון דעמאלט און ווייטער האט ער זיך גענומען ארבייטן פעסט אויף די פארעם וואס איז באקאנט ביזן היינטיגן טאג , אלס די " סאמווער אין טיים פארעם " וואס געפונט זיך אויף 108 סאמווער אין טיים לעין , פארקסוויל ניו יארק .
זיי זענען טעגליך אריבער פון זייער הויז צו די פארעם און דאס גוט באארבייט און דארט באוויזן אויפצושטעלן א לאקאלן פארעם סטאר פאר ריטעיל קליענטן און מיט די ערפארענהייט פון דזשסעף אין פעלד ארבייט פון זיינע גאר יונגע יארן אין די אלטע פוילן , האט ער באוויזן דארט אהער צו שטעלן צוזאמען מיט ענדי א גאר פראדוקטיווע פארעם ווי ס ' איז ארויס געוואקסן הערליכע געוויקסן און זיי האבן דאס אויך פארוואנדלט פאר אן אטראקציע ארט פאר טוריסטן וועלכע זענען ארויס געקומען אין די זומער וואכן קיין פארקסוויל און צו די אנדערע ארומיגע שטעטלעך אין אפסטעיט ניו יארק .
די היינטיגע ריטעיל סטאר פון די סאמווער אין טיים פארעם אין פארקסוויל ניו יארק
140 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024