11 13 24 | Page 139

דזשסעף האט זיך טאקע געמוזט בארואיגן און אנערקענען , אז די מערהייט פון די קליענטן זענען אידן און ער האט געמוזט צו קוקן ווי אזוי ענדי האנדלט מיט די קליענטן און ער טוהט די שווערע פעלד ארבייט און ער האט טאקע ליבערשט באשלאסן צו טאן די ארבייט אליינס אויפן פעלד און ארבייטן שווער , ווי איידער צו זיין באשעפטיגט מיט די אידישע קליענטן .
דזשסעף האט זיך צוגעוואוינט צו זיין באשעפטיגט אויף די פעלדער און פירן געשפרעכן מיט די געוויקסן און בלומען און אויב נויטיג מיט די הינער וועלכע זענען דארט געהאדעוועט געווארן אבער מיט קיין מענטשן האט ער נישט געזוכט צו האבן קיין דיאלאג און אזוי האט ער געפירט זיין מאדענעם ווירטשאפט וואס איז געווען גענצליך אומפארשטענדליך פאר זיין זון .
די פארעם האט אנגעהויבן צו זיין היבש פראדוקטיוו און די אינוועסטמענט האט זיך אנגעהויבן צו אנערקענען היבש ווערטפול . אבער די ארבייט איז געווען זייער שווער .
ענדי האט מער נישט געארבייט אין די נעוועלע גרענד האטעל , אבער ער האט
געארבייט שווער און לאנגע שעות אויף זיינע פעלדער אין אולסטער הייטס און אין פארקסוויל און ער האט מיט די צייט באוויזן צו זיין דער הויפט גרינצייג סופלייער פאר די " אידישע " האטעלן אין אפסטעט ניו יארק און אזוי איז ער געווען גאר שטארק פארנומען מיט זיינע פעלדער און פראפערטיס און ער האט געלעבט אן עלענדער לעבן , ווי אן עלטערער בחור און ער איז אזוי אהיים געקומען יעדן טאג אויסגעמיטשעט און געקענט פארברענגען בלויז מיט זיין טאטע .
דער משוגעת פון דזשסעף האט אבער דערווייל נישט נאכגעלאזט און טראץ דעם וואס ער איז שוין געווען א לענגערע צייט אין ניו יארק און געפירט צוזאמען מיט ענדי א גוטע פארעם ביזנעס . האט ער אבער ווייטער פארסירט זיין ווילדע שגעון פון נישט ערלויבן זיין אייגענעם און איינציגן זון ענדי אראפ גיין אליינס אין קעלער ......
מיר וועלן ווייטער שרייבן דערוועגן אין די קומענדיגע אויסגאבע
פארזעצונג קומט אי " ה
פאנאראמע בילד גענומען מיט א דראון פון די פארעם
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 139