11 13 24 | Page 137

נגינה מיט בכיה

סיפורי צדיקים

דער צדיק פון ראזוואדוב

צווישן די באוואוסטע רבנים וואס האבן פארנומען א גרויסן פלאץ אויף דעם מזרח וואנט פון חסידות אין די יארן איידערן ערשטן וועלט קריג , האט זיך געציילט דער גאון און צדיק רבי משה ’ לע ראזוואדובער זצ ” ל , וועלכער איז געווען א זון פון רבי אליעזר ’ ל דזשיקובער זי ” ע , וועלכער איז געווען א זון פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי ” ע .
די צוויי הויכפונקטן וואס די ארומיגע האבן געזען אינעם עבודה פונעם ראזוואדאווער רבי ’ ן , איז געווען עפעס וואס קען אויסקוקן ווי א סתירה : נגינה און בכיה . זינגען און דערביי פארגיסן טייכן טרערן . כמעט דאס גאנצע דאווענען פון שבת , יום טוב , און די הייליגע טעג , איז געווארן געזונגען און מערסטנס טאקע דורכן רבי ’ ן אליין . דער ראזוואדובער איז געווען א שטארקער בעל מנגן , ער האט פארמאגט גאר א שטארקע שטימע , אבער מיט אן אויסטערלישע זיסקייט וואס איז זיך צוגעגאנגען אין די ביינער פון אלע מתפללים .
ווי נאר דער צדיק האט אנגעהויבן צו זינגען , האבן
זיך תיכף אנגעהויבן צו גיסן די טרערן ווי א קוואל אויף זיין געזיכט , אזוי אז דער גאנצער עולם האט מיטגעוויינט , צי מען האט געוואלט אדער נישט , יעדער אן אויסנאם איז מיטגעשלעפט געווארן מיט דעם גרויסן התעוררות וואס האט דארט געהערשט .
אלטע חסידים האבן געזאגט , אז דער ראזוואדאווער האט געהאט א שורש נשמה פון ירמיהו הנביא , דעם שורש נשמה האט ער גע ’ ירש ’ נט פון זיין עלטער שווער , דער הייליגער ישמח משה זי ” ע , ביי וועמען ער האט געגעסן קעסט עטליכע חדשים נאך זיין חתונה .
ווי באוואוסט האט דער הייליגער ישמח משה זי ” ע כסדר געלעבן מיט משיח . ער האט אלע זיינע יארן געווארט און געלעכצעט אויף משיח אויף אן אויסטערלישן פארנעם . ער האט אלעמאל געהאט גרייט נעבן בעט די בגדי שבת מיטן זילבערנע שטעקן אז אויב משיח קומט זאל ער גלייך קענען ארויסגיין אים מקבל פנים זיין . יעדע מאל וואס עס האט זיך נאר געמאכט עפעס אן אויסערארדנטליכער גערודער אינדרויסן איז דער ישמח משה ארויסגעלאפן זען אויב ס ’ איז משיח וואס איז געקומען .
צדיקים האבן עדות געזאגט דערויף אז דער ישמח משה האט געהאט די נשמה פון ירמיהו הנביא , און
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 137