11 13 24 | Page 136

דערפאר האט ער אזוי שטארק געהאפט און געלעבט מיט ביאת משיח און די גאולה השלימה .

אין ראזוואדוב איז מען נישט געווען פארנומען מיט קיין מופתים פונעם רבי ’ ן . די חסידים האבן נישט געזוכט קיין מופתים ביים רבי ’ ן , זיי זענען געקומען צום צדיק נאר זיך צו דערהייבן אין עבודת השם . זיך צוקוקן צום צדיק ’ ס הייליגע עבודה , ביים דאווענען און ביים טיש , און אויסהערן דעם צדיק ’ ס הייליגע דיבורים .
מען דערציילט אבער גאר וואונדערליכע מופתים וואס האבן פאסירט ביים ראזוואדובער , כאטש וואס די חסידים האבן דערויף קיין גרויס געוויכט נישט געלייגט . אט זענען עטליכע פון זיי :

“ ווען ס ’ וועט מיר ווארעם ווערן , וועט

אים הייס ווערן !”

געווען איז עס באלד אינעם ערשטן וואך וואס דער רבי ר ’ משה ’ לע איז געווארן ראזוואדובער רב , אין יאר תרי ’’ ט , נאך בחייו פון זיין גרויסן טאטן רבי אליעזר ’ ל . האט א בעל הבית פון די דארף גרעמבוב , א דארף נעבן ראזוואדוב , גערופן צו דין תורה פארן ראזוואדובער רב , זיין קעגנער סענדער שוואמענפעלד , א בעל הבית א גביר פון דעם זעלבן דארף .
ווען דער ראזוואדובער ’ ס שמש איז אנגעקומען צום גביר אים רופן צום דין תורה האט זיך דער גביר אנגערופן מיט שפאט און חוצפה :
“ דער פריש געווארענער רב האט זיך דאך נאך נישט ריכטיג אנגעווארעמט . זאל ער כאטש קודם אויפעסן א פונט ציבעלעך , דאן וועל איך אים פאלגן !”
” ווען איך וועל מיך דערווארימען ,“ האט דער ראזוואדובער רעאגירט אויף סענדער ’ ס תשובה , “ וועט אים דאן הייס ווערן ”.
ער האט אים געשיקט א צווייטע איינלאדונג , וועלכע האט אויך נישט געהאט קיין ערפאלג . ביי דער דריטער איינלאדונג , וועלכע איז געווען באשטימט אויף א דינסטאג , וועלכע איז אין ראזוואדאוו געווען דער יריד און אלע דארפס בעלי בתים זענען געקומען אין שטאט אריין , האט דער רב אנגעזאגט דעם שמש אז ער זאל
אים זאגן , אז אויב וועט ער נישט קומען דינסטאג פון גוטן ווילן צום דין תורה , וועט ער חרטה האבן ...
דינסטאג איז ער אויך נישט געקומען . אויף צומארגנס איז שוין נישט געווען ווער עס זאל קומען . ער איז דינסטאג נאכט צוזאמגעפאלן און קורצליך דערויף געשטארבן .
ווען רבי אליעזר ’ ל דזשיקוב ’ ער , רבי משה ’ לעס טאטע האט געהערט דערפון , האט ער תיכף באפוילן זיין זוהן ער זאל צו אים קומען . ער האט אים אנגעזאגט אז ער זאל פון היינט אן מער נישט זיין אזוי ” הייס “.

אוועקגענומען די טרויער

פון קליין-ראדאמישלע , א שטעטל נעבן דער פוילישער גרעניץ , איז אמאל געקומען צו פארן א פרוי צום רבי ’ ן . זי האט דערציילט וואס מיט איר האט פאסירט :
איר שוועסטער , מיט וועמען זי איז געווען זייער נאנט , איז נפטר געווארן שוין זעקס חדשים צוריק . זייט די שוועסטער איז נפטר געווארן , האט זי ממש נישט אויפגעהערט צו וויינען און צו קלאגן אויף איר שוועסטער ’ ס טויט .
מיט עטליכע טעג צוריק , האט זיך צו איר די שוועסטער באוויזן אין חלום און איר געבעטן ברחמים אז זי זאל אויפהערן צו וויינען , ווייל זי , די נפטרת , האט דערפון נישט קיין מנוחה אין קבר . צוויי נעכט נאכאנאנד האט זי געזען דעם זעלבן חלום , אבער זי האט זיך נישט צוטון געמאכט דערפון . זי האט נאך אלץ ווייטער געוויינט .
זי האט געשפירט ווי די וויינען איז נישט עפעס וואס ליגט בכלל אין איר הענט , עס איז ווי א קראנקהייט וואס שטיפט איר צו וויינען , און זי קען נישט , אפילו זי וויל , זיך דערפון באפרייען .
אויף די דריטע נאכט האט זיך די שוועסטער צו איר באוויזן זייענדיג גאר שטארק אויפגעברויזט . אין חלום האט זי געזען איר שוועסטער מיט אירע תכריכים . “ אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען , וועל איך דיר ארויפרופן דא אויבן !” האט די נפטרת געסטראשעט .
” זע כאטש וואס דו טוסט מיר ,“ האט די נפטרת
136 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024