צו איר ווייטער געשריגן ווייזנדיג אויף א שווערע פעקל וואס זי האט געהאלטן איינגעוויקלט אין די תכריכים . “ זע ווי שווער איך מוז דא ארומטראגן דיינע טרערן דורך וועלכע איך קען נישט צוקומען צום בית דין של מעלה .”
אזוי רעדנדיג די דאזיגע ווערטער האט די נפטרת מיט איין האנט א דריק געגעבן אויף דעם פעקל וואס איז אזוי געווען אין די תכריכים אריינגעוויקלט , און עס האט פון דארט ארויסגעגאסן א קוואל פון וואסער , אריין אינעם שוועסטערס שלאפצימער .
ווען זי האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף האט זי געזען ווי דער ערד אין צימער איז טאקע נאס , ווי מען זאל דא האבן אויסגעגאסן אן עמער וואסער .
די שוועסטער האט שוין די גאנצע נאכט נישט געקענט מער איינשלאפן און אויף מארגן איז זי באלד געקומען צו פארן קיין ראזוואדוב .
דער רבי האט איר געבענטשט אז דאס טרויער , וועלכע איז אזוי שעדליך פאר דער געשטארבענער שוועסטער זאל זיך פון איר אפטון און אויב די נפטרת וועט זיך פאר איר נאך אמאל באווייזן , האט איר דער רבי אנגעזאגט , זאל זי , די לעבעדיגע שוועסטער , זיך פארשטעלן דעם רבי ’ נס צורה און די ערשיינונג וועט באלד פארשוואונדן ווערן .
און אזוי איז טאקע געווען . די פרוי האט באלד דערנאך אויפגעהערט צו וויינען און די שוועסטער האט זיך מער נישט באוויזן צו איר .
אין קאמף
קעגן השכלה ווינטן אין שטעטל
אן אנדערע וואונדערליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט אין ראזוואדוב , צו וועלכע אלע איינוואוינער פון שטאט זענען געווען עדות .
דער גייסט אין ראזוואדוב איז געווען א ריינער תורה ’ דיגער און אידישליכער . די קינדער זענען ערצויגן געווארן אויפן אויסגעטראטענעם דרך . כמעט אלע בעלי בתים זענען געווען לומדים און אפילו צווישן די בעלי מלאכות האבן זיך געפונען נישט ווייניג תלמידי חכמים . תורה און חסידות איז אין ראזוואדוב געגאנגען ביינעזאם . אין בית המדרש האט דער קול תורה אפגעהילכט בייטאג און ביינאכט . אלטע אידן , יונגעלייט און בחורים זענען געזעסן און געהארעוועט איבער הוויות דאביי ורבא .
אין א טאג איז אין שטעטל אנגעקומען א שרעקליכע ידיעה . א שליח פון דער באראן הירש איז אנגעקומען אין שטעטל און זוכט ארויסצודינגען א לאקאל , וואו ער וויל עפענען א שולע אין וועלכע מען וועט לערנען סעקולארע לימודים , אזוי ווי די משכילים האבן געוואלט . דער שמועה האט געלויטעט אז ער האלט אינמיטן פארהאנדלען מיטן שניידער פון שטאט ארויסצודינגען ביי אים זיין אויבערשטן שטאק פאר דעם צוועק .
ווען דער רב רבי משה ’ לע האט זיך דערפון דערוואוסט , האט ער באלד געשיקט זיין גבאי , רבי אברהם , צום שניידער .
” דער רב ווארנט דיר “, האט
דער גבאי אים שטרענג געזאגט , “ זאלסט זיך נישט וואגן צו העלפן אריינברענגען אין שטאט דעם געפאר פון השכלה !”
” אדרבה ואדרבה !“ האט דער שניידער געענטפערט מיט חוצפה , “ וואויל איז דער וואס באזארגט אידישע קינדער מיט א תכלית , זיי זאלן נישט דארפן קוועטשן די באנק און ווערן חסידישע בטלנים .”
ווען דער רבי האט באקומען די ידיעה אז אויף מארגן דארף דער שניידער חתמ ’ ענען א קאנטראקט מיטן שולע פירער , האט ער נאך אמאל געשיקט צו אים זיין גבאי ער זאל אים ווארענען :
“ דער רב האט מיר געשיקט צו דיר און ער ווארנט דיר שטרענג אז אויב דו וועסט אים פאלגן און נישט פארדינגען דיין הויז אויף אויפצושטעלן א שולע , דאן וועט דיר גוט זיין , אבער טאמער נישט , דאן הלוואי זאלסט נישט חרטה האבן !”
דער שניידער האט אויך דאסמאל נישט געפאלגט , ער האט פארדונגען דעם הויז , באקומען א שיינע סומע געלט און געלאכט פון רבי ’ ן ...
נישט פאר צו לאנג האט ער נאך אבער געלאכט .
נאך דעם זעלבן יאר איו דער שניידער געווארן א יורד , ער האט געמוזט פארקויפן זיין הויז , און זיך גענומען ארומוואנדערן איבער די דערפער ביי די פריצים און פויערן , פרובירנדיג צו לייזן א רויטן גרייצער . ביז ער האט אויפגעגעבן , ער איז פארמאטערט געווארן און האט זיך צוריקגעקערט אין שטעטל , און זיך אויסגעמישט מיט די אורחי פורחי , און זיך ” באזעצט “ אינטערן אויוון אין בית המדרש .
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 135