11 13 24 | Page 132

ה . רובין
רעדנ ' דיג פון א קינד און זיין געזונטהייט קען מען נישט אויסלאזן עפעס וואס איז נאך אזוי וויכטיג פאר זיין אנטוויקלונג , פיזיש און גייסטיש-‏ פאזיטיווע ווערטער , ווערטער פון שעצונג וועלכע דרוקן אויס אן אמת ' ע געפיל אז מען גלייבט אין אים און אז ער וועט עפעס ספעציעל גיין גאר ווייט .
אמאל איז שווער צו טייטלען מיט די פינגער וויאזוי א קינד איז אויסגעשטיגן אזוי הערליך . מען וועט אפשר נישט קענען אנווייזן פינקטליך וועלכע ווארט עס האט געטון די ארבעט , און עס איז טאקע געווענליך נישט דא די געוויסע ווארט .
עס איז וואס ליגט אונטער די ווארט וואס העלפט אים שטייגן .
•••
חודש אלול , יאר תשפ " ב
די ברוינע שטריימל איז געפלויגן הויך און זיך געדרייט אין די לופטן , די ווענט האבן געדינערט , דער זייגער האט זיך שטייטליך געדרייט א שעה נאך א שעה , אבער דער עולם האט זיך נישט גערירט .
פון זיינע אויגן האבן געשפריצט פינקען פייער , ווען זיין פנים פלאמט מיט אהבת השם , און דער עולם זיצט צוגענאגלט צו זיינע רייכע פערל ווערטער , נישט שפירנ ' דיג ווי דער צייט גייט פארביי .
ווייל די דאזיגע אידן פארברענגען ביי א דערהויבענע שבת מיט הרה " צ ר ' אלימלך בידערמאן שליט " א אין די הייליגע שטאט מירון .
צווישן די פאראייניגטע הערצער , זיצט א איד ר ' בנימין פערל און לעבט מיט די קדושת שבת און פלאמט מיט די שבת ' דיגע זמירות .
132 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024