קאכט צוזאמען מיט די קינדער :
אייער זון לעבט בלויז אויף יוגערט , באנאנעס און א געוויסע סארט קיכעלעך ? אייער טאכטער קען נישט עסן קיין שום אנדערע זאך חוץ ברויט און פינאט באדדער ?
איר זיצט ביי א שמחה און דער סארווער לייגט אראפ א זייער אפעטיטלעך אויסזעענדע טעלער אין פארנט פון אייך . די אינהאלט דערפון : א גרויסע שטיקל געבראטענע פלייש אויף א געשמאקע סאלאט , געבאקענע גרינצייג און קארטאפל , און עפעס וואס זעט אויס ווי טשערי מאפין . איר שטעקט אריין די גאפל אין די טשערי מאפין , ערווארטנדיג א ווארעמע , זיסע , ווינטערדיגע טעם . איין ביס אריין אין אייער מויל און ... וואס איז דאס ? ס ' איז נאס , זאלציג , ביטער ... די קעכער האט אריינגעגאסן זאלץ-וואסער צו וואס ?! נאך א האלבע רגע כאפט איר אז ס ' איז בכלל נישט קיין טעות , ס ' איז א סארט טאמאטע קוגל , בערך אזוי פילן קינדער ווען מיר מאכן זיי אויספרובירן נייע עסנווארג .
קינדער האבן מורא פון נייע עסנווארג פונקט ווי יעדע ערוואקסענע איז סקעפטיש אריינצובייסן אין עפעס וואס זעט אויס ווי א משנה הבריאות . זיי קענען אבער נישט בלייבן ביי יוגערט און קיכעלעך א גאנץ לעבן . וואס קען מען טון ?
איינע פון די גרינגסטע וועגן וויאזוי צו מאכן א קינד ווילן אויספרובירן נייע עסנווארג איז זיי אריינצונעמען אינעם פראצעדור . ברענג זיי מיט אין גראסערי , און לאזט זיי אויסוועלן איין נייע פרוכט און גרינצייג וואס מען גייט די וואך אויספרובירן . באקט און קאכט מיט זיי , ערקלערנדיג וואס יעדע זאך איז בשעת מעשה . לאזט זיי אויסוועלן פון א רייע געזונטע עסנווארג און אזוי פילן זיי ווי זיי האבן מער קאנטראל אויף דעם . די ביסל קאנטראל און נייגער בשעת ' ן קאכן וועט מאכן א ריזיגע חילוק אויף זיי איינמאל די פארטיגע עסן קומט אן אין זייער טעלער .
TIDBITS :
~ יעדן טאג , וועלן 74 מיליאן קינדער אין אמעריקע עסן דאס וואס קומט אויס כאטש 2,000 גאלאנען פוד-קאלערינג .
~ שטודיעס צייגן אז אונטער 1 % קינדער זענען אויף א רעקאמענדירטע , געזונטע דיעטע ...
~ ליידיגע קאלעריעס , ( דאס באדייט קאלעריעס וואס געבט נישט קיין שום וויטאמינען אדער מינעראלן פאר ' ן מענטש ) פון אומגעזונטע צוקער און פעטנס נעמען אויף א ריזיגע 40 % פון א געווענליכע קינד ' ס דיעטע .
~ איין פון יעדע דריי אמעריקאנע קינדער זענען אוביס – זייער איבערוואגיג
~ א געווענליכע אמעריקאנע קינד עסט איבער דריי מאל אזויפיל צוקער ווי וויפיל ער דארף באמת צו עסן !
~ א געווענליכע אמעריקאנע קינד וועט זען
20,000-40,000 עסן אדווערטייזמענטס א יאר !
~ עסן פירמעס געבן אויס 1.8 ביליאן דאלער א יאר צו מאכן אדווערטייזמענטס אויף דשאנק ספעציעל געצילט צו קינדער .
~ די קאטן-קענדי מאשין איז ערפינדען געווארן דורך ... א דענטיסט .
~ אין 2017 האט מען אנגעקלאגט די אריגינעלע ערפינדער פון veggie flutes ווייל צוויי קאסטומער האבן געמיינט אז זיי באקומען זייערע גרינצייג דורך די סנעק עס אנהענגענדיג אויף די נאמעןveggie .
~ די פאפולערע פאפסיקל-סארט אייסעס איז ערפינדן געווארן דורך אן עלף-יעריג קינד .
~ היינט עסט א קינד 100 מאל מער קאלעריעס א טאג ווי א קינד אינעם זעלבן עלטער אין . 1970
~ א געווענליכע אמעריקאנע קינד עסט פיצא דריי מאל א וואך .
~ איין פון יעדע פיר קינדער עסן סיריעל פאר נאכטמאל כאטש איינמאל א וואך .
~ % 92 קינדער וועלן נעמען א סנעק אנשטאט א מאלצייט ווען מיר וואלטן זיי נאר געגעבן די בחירה ...
~ % 80 קינדער באהאלטן נאש אין זייערע צימערן
124 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024