10 15 24 | Page 23

א פרישע מתמידי טאלאנט פראגראם מלא חידושים , וואס איז נישט סתם נאך א לערנען פראגראם און נישט נאר א הערליכע מיניטשער פראיעקט .
די ציל פון ׳ א אידישע היים ׳,‏ איז צו בויען ברייטע ידועות און ערליכע אידישע השקפות אין די הארץ און מח פון א יעדע קינד . דורך לערנען פארשידענע הלכות און ענינים וואס א יעדע אידיש אינגל דארף וויסן , וועט די פראגראם אריינברענגען אין די קינדער א ליבשאפט און פארשטאנד צו וואס דאס מיינט צו לעבן ווי א איד .
דיין קינד וועט אויך האבן די געלעגנהייט צו שארפן זיינע כשרונות און בויען זיינע טאלאנטן דורך בויען א מייסטערהאפטיגע מיניטשער פון א הויז אויף א דרייענדיגע שעלף , פול מיט נייע חידושים און דעטאלן אנדערש ווי ביז היינט .
דאס יאר האבן מיר אויך ספעציעל געטוישט און צוגעלייגט א נייע סארט באקס און סיסטעם וואס וועט עס מאכן פיל גרינגער און געשמאקער פאר די קינדער צו מיטהאלטן די פראגראם און בויען זייער אייגענע מיניטשער .
שרייב איין דיין קינד היינט , צו אים זעהן בליען און שטייגן אויף א הערליכע פארנעם בעזרת ה ׳!‏
רופט די 24 שעה מתמידי ליין :
ברוקלין 718.682.2002 אפסטעיט 845.999.1448 קאנאדא 514.819.0720 לונדון 033.0350.3099
845.999.1449 masmudeitalent @ gmail . com 49 Mezrich Rd . apt 101 Spring Valley , NY 10977
October 15 , 2024 SHOPPERS ROUTE 23