נומער
251
|
|
|
|
|
|
בס " ד
מִ תּ וֹרָ תְ ךָ
אויטענטישע געשיכטעס און טרעפליכע געדאַ נקען
אַ רום דעם נסיון הדור - דער פאַ רמעסט אַ נטקענגען דעם טעכנעלאָ גיע-מאָ נסטער
|
|
|
פונעם הייליגע תורה זיך נישט רירן . פון טעכנאלאגיע זיך נישט לאזן פארפירן
א
“ דו האסט א
סמארטפאון ?” האט ער געפרעגט צום וויפלטן
מאל , ביז ער האט געפונען וואס ער האט
געזוכט . “ אה , געוואלדיג ! קענסט אפשר כאפן א קלי ” פ פון מיר ווען איך
שטיי דא ביים ציון ?”
יידער איך דערצייל אייך וועגן די שטוינענדע סצענע וואס איך האב צוגעזעהן אינעם בית החיים אין צפת , וויל איך מיט-טיילן א טשיקאווע מעשה ' לע וואס איך האב לעצטנס געהערט : אן עלטערער איד איז געזעסן ביי א זייטיגע טיש אין א רוישיגע חתונה זאל און געלערנט א בלאט גמרא .
זיין אייניקל האט חתונה געהאט יענער נאכט , און די שמחה האט זיך שוין געהאלטן ביים שליסן . איינער איז צוגעקומען צו אים און געבעטן " קום , זיידי . מיר וויל נעמען א בילד פון די גאנצע משפחה ". אבער דער זיידע האט זיך אנטזאגט דערפון . ער האט ווייטער געלערנט זיין טעגליכע שיעור מיט גרויס התמדה . זיינע אייניקלעך האבן זיך געבעטן ביי אים : " קום , זיידי . מיר ווילן פאראייביגן דעם הערליכן מאמענט , מיר זאלן אלעמאל קענען צוריק קוקן און געדענקען !" און דער זיידע , מיט זיין ליבליכע שמייכל און קלוגע אויגן , האט געענטפערט : " טאקע , דאס איז פונקטליך וואס איך טוה ! איך פאראייביג דעם מאמענט מיט אמת ' ע נצחיות ; מיט לימוד התורה !" און יעצט , לייענט און שטוינט : עס איז געווען גאר א הייסע טאג אין סאמע ברען פון אן ארץ-ישראל ' דיגע זומער . די מעשה איז פארגעקומען קוים געציילטע וואכן צוריק , ג ' אב תשפ " ד . צוליב די האקעלע מיליטערישע מצב אין לאנד , האבן פיל אידן זיך צוריקגעהאלטן פון רייזן צו די מקומות הקדושים . איך האב ב " ה זוכה געווען צו פארן קיין צפת , וואו איך האב געדאווענט און געזאגט תהלים ביים קבר פון דער אריז " ל . איך האב געוואלט אויסנוצן די געהויבענע מינוטן דורך דאווענען פאר זיך , פאר מיינע קינדער , און פאר גאנץ כלל ישראל .
ווען איך האב שוין געהאלטן ביים צוענדיגן , האב איך מיטגעהאלטן א סצענע וואס האט מיר גענצליך שאקירט . א איד , וועלכער איז ווארשיינלעך געקומען צום ציון מיט די זעלבע ציל – צו דאווענען און זאגן תהלים , האט אויסגעזעהן זייער פארנומען . ער האט זיך געדרייט צווישן די מתפללים ביים ציון און געפרעגט אויב איינער האט א סמארטפאון .
" דו האסט א סמארטפאון ?" האט ער געפרעגט צום וויפלטן מאל , ביז ער האט געפונען וואס ער האט געזוכט . " אה , געוואלדיג ! קענסט אפשר כאפן א קלי " פ פון מיר ווען איך שטיי דא ביים ציון ?" דער איד האט זיך געשטעלט נעבן די קבר און אנגעהויבן רעדן וועגן דער בעל הילולא , בשעת זיין פאטאגראפירער האט אים באוויליגט און אפגעכאפט די גאנצע זאך אויף זיין כלי .
" גוט , קענסט עס אפשר שיקן צו דער מענטש און אויך א צווייטן ?" האט דער איד געבעטן , געבנדיג די קאנטאקט אינפארמאציע . דער קלי " פ איז אפגעשיקט געווארן , אבער דער איד איז נאכנישט געווען זאט . " ווייטער געגאנגען . יעצט נעם א קלי " פ וויאזוי איך שטיי דא . און אויך דא . און יעצט שיק דאס צו אנדערע מענטשן – דא האסטו די קאנטאקט אינפארמאציע ..." די פארשטעלונג איז אנגעגאנגען היבש לאנג , און פיל פון די אנוועזנדע האבן נישט געקענט באהאלטן זייער שטוינונג און פאראיבל . איך ווייס נישט ווער דער איד איז געווען און מען טאר אים נישט דן זיין , נאר דער באשעפער ווייסט וואס האט זיך באמת דארט אפגעשפילט , אבער איך קען נישט פארגעסן די טרויער וואס האט מיר אנגעכאפט ווען דער איד האט ענדליך געענדיגט זיין גאנצע שפיל . ער האט באדאנקט דער בעל הסמארטפאון און איז אוועקגעגאנגען פונעם ציון , פארגעסענדיג צו זאגן אפילו איין קאפיטל תהלים אדער אייגענע בקשה ... ער האט דאך שוין ' פאראייביגט ' זיין באזוך ביים אריז " ל און אלעס איז שוין געווען מסודר ... וואס זאגט איר צו אזא מעשה ? א שאד . א איד קען שטיין ביי א חופה , ביי א מעמד נשגב , ביי א צדיק ' ס ציון – אבער אנשטאט דערהויבן ווערן און אויסנוצן די הייליגע מינוטן לחיי עולם , איז ער פארנומען אפצוכאפן די סצענע לחיי שעה ...
200
A project of :
לעילוי נשמת שרה בת גיטל פראדא ע ” ה SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024
To hear more stories , experiences and thoughts , tune in to :
845.400.1111 ( men ) | 845.400.1114 ( women )
For comments or donations , please call the office : 845.351.9511