|
קורא .
די האסט שוין אמאל ארויפגעקומען רעדן מיט די מגי " ש לייוו אינמיטן א שיעור ?
יא , און דאס מאכט אז מען זאל ממש שפירן ווי מען זיצט צוזאמען מיט די מגי " ש אין א קלאס צומער .
חוץ פון די שיעורים איז אויך דא עבודת הבית וואס די תלמידים דארפן טוהן דורך די וואך ?
יא , יעדע וואס געבט די מגי " ש געוויסע טראפן און פסוקים וואס די תלמידים זאלן זיך איינחזרן במשך די וואך , וואס דאס העלפט זייער שטארק פאר אלע תלמידים צו ריכטיג קונה זיין אלעס וואס מען לערנט פאר ביי די שיעורים .
|
אהרן ריינער 12 יאר אלט ת " ת באבוב 45 בארא פארק פארצייל מיר אין קורצן וואס איז דאס פשטא ?
עס איז א מוראדיגע געשמאקע פראגראם זיך צו קענען אויסלערנען די טעמי המקרא מיט א געוואלדיגע קלארקייט , אויף זייער א געשמאקע מהלך .
די האסט שוין געקענט עפעס טראפן בעפאר די ביסט געקומען צו פשטא ?
נישט עכט , איך האב נאר געקענט די ניגונים פון ממש איינצעלנע טראפן .
און יעצט נאכן מיטהאלטן די פשטא פראגראם פאר די לעצטע 6 וואכן , וואס קענסטו שוין ?
איך פיהל ווי איך בין שוין ממש א פארטיגע בעל
איז דא א פארהער אויף די פשטא לימודים ?
יא , יעדע וואך איז דא א קורצע בחינה פון 3 שאלות אויפן טעלעפאן , און אזוי אויך ביים סוף פון אלע שיעורים און חזרות קומט פאר א גרויסע פארהער ווי אלע תלמידים פארהערן זיך ביי די מגי " ש אויף אלע טראפן אין די פסוקים .
די האלטסט אז פשטא איז די ריכטיגע פלאץ פאר קינדער און בחורים זיך צו אויסלערנען די טראפן ?
יא , מען לערנט זיך ריכטיג אויס אלעס וואס א בעל קורא דארף צו וויסן .
|
|||||
שמואל אלכסנדר אונסדארפער 12 יאר אלט ת " ת קראסנא אין בארא פארק פארצייל מיר אביסל מער וואס איז דאס פשטא ?
פשטא איז א געוואלדיגע פראגראם וואס העלפט ארויס קינדער און בחורים וואס קענען נאכנישט די טראפן , אז זיי זאלן קענען גרינטליך די טראפן כדי זיי זאלן קענען נעביר סדרה זיין יעדע וואך און זיי מאכן פראפעשינעל בעלי קורא ' ס .
דאס וואס די פשטא תלמידים פארשטייען די טראפן מיט א קלארקייט טוט ענק עס אויך העלפן גוט אפצולערנען די טייטש פון די פסוקים ?
יא , דאס ארויסהאבן די כללים פון די טראפן מיט
א קלארקייט , העלפט מיך זייער שטארק צו זעצן די פסוקים ווי עס דארף צו זיין , און ריכטיג פא ־ רשטיין די טייטש פון די ווערטער אין די תורה .
דאס האסט שוין געקענט עפעס טראפן בעפאר די ביסט געקומען צו פשטא ?
איך האב ממש גארנישט געקענט , אפשר נאר די ניגון פון פזר .
און יעצט נאכן מיטהאלטן די פשטא קלאס די לעצטע פאר וואכן וואס האלסטו זיך שוין אויסגעלערנט ?
איך קען שוין ב " ה מעביר סדרה זיין יעדע פסוק אין די תורה מיט רוב פון די טראפן .
איז דא א געלעגנהייט פאר די פשטא תלמידים צו רעדן לייוו מיט די מגי " ש בשעת די שיעור ?
איך פרעג כסדר שאלות פון די מגי " ש נאך די שיעור , און אלעס ווערט פארענטפערט מיט א געוואלדיגע בהירות .
די האלטסט אז פשטא איז די ריכטיגע פלאץ זיך צו קענען גוט קונה זיין די טראפן ?
איך מיין אז עס איז כמעט נישט מעגליך צו ווערן א גוטע בעל קורא נאר מיטן לערנען די טראפן אין חדר , און ב " ה פשטא טוט א געוואלדיגע ארבעט צו פארזיכערן אז ממש אלע תלמידים זאלן קונה זיין אלע טעמי המקרא מיט א שלימות .
|
||||||
דוד מנחם ווייס 12 יאר אלט ת " ת סאטמאר אין לעיקוואוד פון ווי האסטו געהערט פון פשטא ?
איך האב א חבר וואס האט מיך שטארק צוגע ־ רעדט צו קומען צו פשטא , און סיי מיך און סיי מיין חבר זענען געווארן באלוינט פאר דעם מיט א הערליכע לעדערנע תהלים המפורש .
וואס האסטו דיך שוין אויסגעלערנט ביי פשטא במשך די לעצטע פאר וואכן ?
בעפאר איך בין געקומען צו פשטא האב איך ממש גארנישט געקענט פון די טראפן , און יעצט קען איך זאגן בפה מלא אז איך קען שוין ב " ה מעביר סדרה זיין ממש מיט 99 פראצענט פון די טראפן .
פארצייל מיך אביסל איבער די תוכן פון די וועכענטליכע שיעורים ?
די מגי " ש טוט פארלערנען יעדע וואך געוויסע טרא ־ פן מיט א מוראדיגע געשמאק , ווי ער טוט אויסש ־ מועסן ווי אזוי צו זינגען ריכטיג די טראפן , און אזוי אויך טוט ער מסביר זיין וואס די טראפן מיינען , וואס דאס געבט א מוראדיגע קלארקייט פאר אלע תלמידים צו גוט קענען קונה זיין אלע טראפן .
וואס נאך טוט די מגי " ש ביי די שיעורים צו מאכן זיכער אז אלע תלמידים זענען אלעס קונה בשלימות ?
די מגי " ש געבט זייער גוטע סימנים און כללים ממש אויף יעדע טראפ , וואס דאס העלפט ארויס צו גרינ ־ גערהייט געדענקען די ניגונים פון די טראפן , בשעת מען איז מעביר סדרה די פסוקים פון די תורה .
קענסט מיך פארציילן אביסל וועגן די עבודת
הבית וואס די פשטא תלמידים חזרן במשך די וואך ?
יעדע וואך געבט די מגי " ש געוויסע פסוקים וואס די תלמידים זאלן איבער ' חזרן דורכאויס די וואך , ווי למשל די פרשה פון קריא " ש אדער די פרשה פון די עקידה מיט די טראפן , וואס דאס העלפט זייער שטארק צו קונה זיין די טעמי המקרא ממש א קנין נצחי .
די מיינסט אז ביי דיין בר מצוה וועסטו שוין זיין א בעל קורא ?
יא , איך האף אז ביי מיין בר מצוה וועל איך שוין קענען ליינען אין די תורה ממש ווי א בעל קורא מומחה .
|
||||||
January 8 , 2025 SHOPPERS ROUTE 43 |